צ 8 2 תם 8 11 גע פ1ןט סנצ 21 ד+1סגט 6סטממופז3פ אמצעדפ

70 .סא

א {צט? אן 0/218זא מתפוט1צ -1, 1תע מטצעם אהפוצפד 9 1601 1111

1982602/ 7

5

אט ראטס צססם מפוטסוזץ 881א8110א

5 1 טסעט 5521 ר , סעד 5

וט 1אתס צ3060 מפוספנצ א א10ד, א 9 455,461 21 , 91 אט 1 זא גע

0. 24/אזמ191160םמזצ | 250-4900 413

3)ע0. עם די אע 6086סספ8םפנפמזצ. צצטצטֵע

ת8ת1 װמסע שסאזסאשע װמסןא,זא +צצ4א אממזז תפ1וממנצ ,1611 טסאעםטז8מז2עפ אתע3עע1פ נצם מתמעמזצסעע פ45א חע

171 0186 1006 1 1סחס1ש1 הזטססז:) 160 6 4716/ {ד/גנזדם 1 דדם1זוט4זג) זזוסוזזןוספ 1106 1 1ז111/90/10 .3 0ז0טז0 00 100016 //101608 1010 06 1406 1ז10111160110 170180118 14191160118 71 /16 //111118סזס 1 װסם 0016 ווחזחפ

1ז10111160110 9ז0ט106111 160116116 חחום שזזהם 2 עס פפאחזתע מאא פאעטזאעזא זא

60116:) 3000 װ/16615 1 01 חזס םאו

1סומץפ 1120100021 2 620004,15קן ת80106 עס ,006 00106116 106 סיז 002068 תסתק0010 עטס זס} תססהזנקפת1 06 1 .ץ16ט162ס ת10015+ 04

15161 ,0װ16105216 04 1ת11202 600161 צ' 2054 60זסת 106 צט 465100 8

1108 ץסנסקןסנק 1046116000121 200 +120עץעקסס 6ח} 16506045 6016 ) אססם ת10015+ !1200 סטת1 4001 0110גוקן 06} תו 6106 15 41416 4015 {16096טטסחחא זטס 04 2654 406 10 .פאססט טס תז /106041460 06 תגס ז106סת +12צעקסס זתס1צטס סת חסנתטצ עס} אזסטץ תגתקזס תג 15 16 עס - 0068 סתטץ שוסתא טסץ }1 עס - /1סטט 4015 ס? +180עץעקסס 2066 תג 10סת טסץ 14

018 1806 60ת020956ס 21 6211 שט עס , 101א 413-256-4900 26 סתסתק שט 004204 16256קן

ישׂשׂכר פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

מיין צעסיאַ מיין סאַמי דאָס בוך געווידמעט

ישׂשׂכר פאַטער

יידישע מוזיק אין פּױלן צווישן ביידע וועלט-מלחמות

אַרױסגעגעבן פון דער "װועלט-פּעדעראַציע פון פּולישע יידן" תל-אביב

צייכענונג -- יאָסל בערגנער רעדאַקציע -- בינעם העלער פאָדער-בלעטער און הילע -- עלי גראָס

6

0 0ת2גנצטסס

4811 119068 1656064

7 186 צמ

כל הזכויות שמורות למחבר

איבערדרוקן טיילן, אָדער באַנוצן זיך מיט אויסצוגן פון דעם דאָזיקן בוך, אָן דער הסכמה פונעם מחבר -- פאַרבאָטן

דאָס בוך איז דערשינען מיט דער מיטהילף פון פאַראייביקונגס-פאָנד פאַר יידישער קולטור

נסדר בדפוס לינו-טור, תל-אביב נדפס בדפוס ערבה, תל-אביב

אינהאלט

1 פאָרװאָרט

ערשטער טייל

5 דב סדן -- בשערי זמרה ונגינה 9 יידישע מוזיק אין פוילן (צווישן ביידע וועלט-מלחמות) 1 איזנשטאַט דוד

2 איזנשטאַט (מאַריסיא) מרים 9 בײגעלמאַן דוד

0 בערנשטיין אברהם משה

1 גאָלד הענריק

5 גימפעל בראָניסלאַװ

1 גלאַטשטיין יעקב

0 גלאַטשטיײין ישראל

6 געבירטיג (בערטיג) מרדכי 9 גערשטיין יעקב

8 דאַװידאָוויטש אברהם צבי 7 הובערמאַן בראָניסלאַװו

0 זאַקס יצחק

0 טאוב, ר' שאול ידידיה אלעזר (מאָדזשיצער רבי) 4 סיראָטאַ גרשון

2 סליעפּ אברהם

9 פייווישיס ישראל

0 קאַמינסקי יוסף

0 קאָן הענעך

9 קיפניס מנחם

6 שלאָסבערג יצחק

4 שניאור משה

6 שערמאַן פנחס

צווייטער טייל 4 געשטאַלטן פון יידישע מוזיקער אין פּױלן

דריטער טייל /+---אאא.! געקליבענע לידער מיט נאָטן ווו, צו עמנואל עמירן (פּוגאַטשאָוו) --- חלום און זכרון

הונדערטער ביכער זענען דערשינען אין די נאַכמלחמהײאָרן וועגן דעם פולבלוטיקן פיזיש- גייסטיקן לעבן פון פּוױלישן יידנטום אין דער תקופה פון צווישן ביידע וועלט-מלחמות עס זענען געשילדערט געװאָרן אַלע געביטן פון יידישן לעבן, וי : פֿאָליטיק, עקאַנאָמיע, ליטעראַטור, קונסט, טעאַטער, שולוועזן, פּרעסע און אַנדערע. אָבער דער איינציקער קולטור" אָפּשניט, ואָס האָט ביז היינט זיין אָפּשפּיגלונג נישט באַקומען, איז די מווזיק.

האָב איך אויף מיר גענומען דעס חוב אויפצולעבן די יידישע מוזיק און אירע שעפערס אין פּוילן, אין דער גאָלדענער תקופה פון איר עקזיסטענא, און דערמיט אױיספֿילן דרי אױפגאַבעס :

א. שטעלן אַ מאָנומענט די, וועלכע האָבן זייער לעבן געווידמעט דער יידישער מוסיק אין אַלע אירע אַספּעקטן.

ב. ראַטעװען פון פֿאַרגעסנקייט שאַפונגען און לידער, ואָס זענען געזונגען געװואָרן פון מיליאַנען יידן אין פֿױלן און זענען ראוי אַריינגענומען צו ווערן אין מוויק:אוצר פון גאַנצן פּאָלק.

ג. שאַפן אַ טיילווייזן אייגענעם מקור פֿאַר קולטור-היסטאָרישן און מיקאָלאָגישן וויסן, בכדי, ביים זוכן אינפֿאַרמאַציעס וועגן יידישע מוזיקערס, נישט דאַרפן אָנצוקומען צו קרומשפּיגלדיקע פּאַשקװוילן, נאָר שעפּן ידיעות פון אייגענע קװאַלן.

קודםס כל איז געלייגט געװאָרן דער דגש אויף די מוויקערס, ואָס האָבן געשאַפֿן האַלטנדיק דעס יידישן קאַמערטאָן אין דער האַנט. נאָך דעס זענען פאָרגעשטעלט געװאָרן די אַלע, װאָס האָבן בייגעשטייערט און משפּיע געווען אויפן אַלגעמײינעם מוזיקאַלישן לעבן אין פּוילן, צווישן זיי אַפילו אַזעלכע, װואָס זענען, צוליב פּאַרשידענע סיבות, אויף אַ געוויסער צייט, אַװעק פון יידישן פֿאָלק און שפּעטער זיך צו אים צוריקגעקערט, די ערשטע זענען געווען טעטיק נאָר אויף אָפּשניטן פֿון דער אייגענער יידישער מווזיק, װי: פאָלקסליד, ליטורגיש-סינאַגאָגאַלע געזאַנגען, טעאַטער-מוזיק און יידישער לייכטער זשאַנער. די אַנדערע האָבן פאַרנומען אָנגעזעענע ערטער אין אָפּערעס, פילהאַרמאָניעס און אָפּערעטעס, טייל וי קאָמפּאָזיטאָרן און דיריגענטן און טייל װוי אויספירערס -- ואָקאַליסטן און אינסטרו- מענטאַליסטן --- װאָס מיט זייער וױירטואָזיטעט זענען זיי געווען װעלטבאַרימט און געברענגט כבוד דעם יידישן פֿאָלק.

דער צד-השווה פון אַלע איז געווען זייער גייסטיקער סובסטואַט, װאָס אי) קיין מאָל נישט געווען פריי פֿון יידישן קאָלאָריט און זייער דינאַמישע אַקטיװיטעט, װאָס האָט באַװוירקט די יידישע מאַסן אויפצונעמען און אַנטװיקלען זייערע אייגענע מויקאַלישע ווערטן. דער יחיד האַט באַאײנפלוסט דעם כלל, און ס'איז פֿאַרשטענדלעך, אַז אויב מור

12

וועלן זיך באַקענען מיטן לעבן און שאַפּן פון די הױפּטטרעגערס פון דער יידישער מווזיק אין פוילן, װעלן מיר אויך פֿאַרשטײין די מעלאָדישע יסודות און ריטמיש-מעטרישע עלעמענטן פון זייערע שאַפונגען. אָט די דאָזיקע שיטה פון אינדוקציע, דאָס ציען מסקנות פון פּרט אויפן קאָלעקטין, וועט אונדז עפענען די אויערן צו הערן די ספּעציפישע קלאַנגען, װאָס האָבן זיך דורכגעשלאָגן דורך די ניגונים פון פּױלישן ייך, און וועט פאַר אונדן אַנטפּלעקן די קעמערלעך פון דעם מויקאַלישן אוצר, ואָס איז כאַוראַקטעריסטיש פאַר נוסח-פולן,

מיין אַרבעט באַשטײט פֿון :

1 אַן אַרײינפֿיר, װאָס גיט אַַ בילד פון דער יידישער מוויק אין פּױילן צװישן ביידע וועלט-מלחמות.

2; עטלעכע און צװאַנציק מאָנאָגראַפֿיעס איבער די װאָגיקסטע יידישע מוזיקערס, קאָמפּאָזיטאָרן, דיריגענטן, װאָקאַליסטן און אינסטרומענטאַליסטן-װױירטואָזן, װאָס האָבן געשאַפן אין פּוילן אין דער זעלביקער תקופה.

3. איבער פיר הונדערט באַשרײיבונגען און ביאָגואַמעס פון יידישע מוזיקערס, װאָס האָבן געווירקט אין די שטעט פון גאַנצ פּולן.

4 נאָטן פון שאַפונגען און לידער, פֿאַר סאָלאָ-געזאַנג און כאָרן -- פּערל פון אונדזער װאָקאַלער מוזיק-ליטעראַטור --- וועלכע זענען געווען פאַרשפּרײט צווישן די פּױלישע יידן, וי אויך בילדער און דאָקומענטן, ואָס באַלײכטן דעם ליטעראַרישן מאַטעריאַל אין בוך. 5. ביבליאָגראַפישע מקורות, ואָס אַחוֹ אין אױסנאַמס-פאַלן, זענען זיי אַלע צום ערשטן מאָל פון מיר צונויפגעשטעלט געװאָרן, און סופּלעמענטן, וי זוכצעטל לויט אותיות און טאָפֿאַגראַפיע.

נישט פּרעטענדירנדיק אויף שלימותדיקייט, נעס איך מיר די רעכט צו מיינען, אַז זי גרעסערע באַשרײיבונגען, װוי אויךף די ביאָגראַמעס, אַנטהאַלטן דעם מאַקסימום אינ- פּאָרמאַציעס, װאָס איז געווען מעגלעך צונויפצוזאַמלען. כ'האָב זיך אָבער נישט באַנוגנט מיט די שריפטלעכע מאַטעריאַלן, אָנגעגעבענע אין די ביבליאָגראַפישע נאָטיצן, נאָר געשטעלט זיך אין פּאַרבינדונג מיט הונדערטער מענטשן, וועלכע האָבן מיר געהאָלפן מיט זייערע ידיעות דערגאַנצן די פאַקטן פון די דערשיינענדיקע אין בוך געשטאַלטן. דערביי האָב איך זיך געהאַלטן ביים כלל, אַז: , שנים מביאין ראיה -- כשרין". אין אָנהייב פלעגן די אינפאָרמאַטאָרן זיך באַציען צו מיר מיט רעזערוו, איינציקווייז האָבן זיי אָבער באַקומען צוטרוי און מיר פֿאַרטרױיט דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפיעס און פאַרשידענע פאַקטן פון לעבן פון זייערע קרובים, אָדער פריינד, טיכטיקע מוזיקערס אין פֿאַרמלחמהדיקן פילן. אַחוצ ביכער און מקורות, אָנגעגעבענע אין די ביבליאָגראַפיע-רשימות, האָב איך זיך אויך באַנוצט מיט פילצאָליקע ענציקלאָפּעדיעס, אַלגעמײינע און מװזיקאַלישע, יידישע, העברעישע און פרעמדשפּראַכיקע (ספּעציעל --- פּוױלישע), ווי אויך מיט די יוכור-ביכער פון די פאַרשניטענע קהילות אין פּױלן. די געפונענע מאַטעריאַלן זענען אָבער געווען זייער קאַרגע און נישט שטענדיק האָבן זיי פֿאַרדינט ציטירט צו ווערן.

בדרך-כלל זענען די ביאָגראַפיעס באַהאַנדלט געװאָרן אין אָביעקטיוון טאָן, און אויב אין אַ סך פון זיי זענען יאָ פאָרמולירט געװאָרן געוויסע מיינונגען, איז עס געמאַכט געװאָרן

13

אויפן סמך פון פּרעסע-רעצענזיעס בנוגע דעם געגעבענעם קינסטלער. ס'האָט אויך געטראַפן, אַז דאָרט, װווּ דער מוזיקער איז מיר געווען באַקאַנט פערזענלעך, בין איך אַרױס פון די גרענעצן פון אָביעקטיװוקײיט. ספּעציעל האָב איך זיך אויף דעם דערלויבט אין די מאָנאָ- גראַפּיעס, װוּ אַחוצ אינפאָרמאַציע און אַנאַליטיש-קריטישער אָפּשאַצונג האָב איך אויך אַריינגעברענגט דעם מעמואַריסטישן מאָמענט. איך האָב דאָס געטאַן מתוך לב און איך באַדױער עס נישט.

צּ

אָנגעהובן האָב איך מיין אַרבעט אין יאָר 1954, ווען אין פּרעסע-ביולעטין פון ייט אַ (יידישע טעלעגראַפּ-אַגענטור) האָט זיך באַװיזן אַ נאָטיצ --- אַ רוף צו יידישע מוזיקערס און מעלאָמאַנען אין דער וועלט --- מיר צו שיקן דאָקומענטן, בילדער און נאָטן, װאָס האָבן אַ שייכות צו יידישער מוזיק אין פֿאַרמלחמהזיקן פּוױלן. די באַקומענע מאַטעריאַלן זענען פאַרװואַנדלט געװאָרן אין אַ ביבליאָגראַפישער קאַרטאָטעק, ואָס איז פון טאָג צו טאָג געװאָרן גרעסער.

שיק איך דאָ איבער אַ דאַנק די אַלע, װאָס האָבן מיר געדינט מיט מערערע אינפאָר- מאַציעס: יעקב סוראַװויטש, יצחק עדעל, מ. ש. גשורי, דן אַראָנאָװיטש, ראָמאַן מעסינג, מאַרעק ראַק, ראובן ראָטענשטײן און דייר שלמה האָפּמאַן (ישראל), גרשון אפרת, דייר סידנעי פעידער-פאַטער, סאַמועל ראָזענבאַום, ד"ר י, מ. בידערמאַן, יאָסל מלאָטעק און דייר אברהס סאַלאָמאָן (פאַראייניקטע שטאַטן), הערמאַן זשעזשינסקי, און מ. פּיאָראָוװויטש (בראַזיל), לעאָן וויינער און זלמן װאַסערצוג (אַרגענטינע), און אחרון, אחרון -- דער לייטונג פון ייװאָ אין ניװריאָרק מיט ד"ר לאַפֿין בראש, פּאַר דערמעגלעכן מיר דעם צוטריט צו די מוזיק-אַרכיוון און פאַטאָקאָפּירן מיר די נייטיקע מאַטעריאַלן.

כ'וועל אויך להבא זאַנקבאַר זיין די אַלע, װאָס וועלן מיר איבערשיקן זייערע באַמער- קונגען און מיינונגען, מיט וועלכע איך װועל קענען דערגאַנצן מיין אַרבעט.

ל. (.

דב סדן

בשערי זמרה ונגינה

א השמר לך פן תעזוב את הלוי, טייטש : זיי געװואָרנט, זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן דעם לוי -- איז אַ בפירושער אָנזאָג אין דער תורה, און פּונקט װי ער איו אַ מאָל חל געווען, אין סאַקראַלן זינען, לגבי דעס שבט לוי, לויטן אָפּשטאַס זייעון, די זינגערס און שפּילערס אין בית-:המקדש, אַזױ איז ער היינט חל, אין פּראָפּאַנערן זינען, לגבי דעם שבט לוי, לויט דער עובדא זייערער, די זינגערס און שפּילערס אין בית:ישראל. בעיקר לאָזט זיך דער אָנואָג אָנװענדן לגבי די בני לוי אין דער יידישער גאַס אין פֿולן און אויסער איר, װאָס זענען פאַרשטומט געװאָרן, ווייל דער צורר היהודים האָט דערװאָרגן זייער קולזימרה און זייער קולינגינה. דאַרפן מיר זהיר ונזהר זיין נישט צו פֿאַרגעסן די דאָזיקע בני לוי, װאָס זענען פאַרלענדט געװואָרן אין די יאָרן פון אומקום, וועלכן דאָס דייטשישע פאָלק האָט אויף אונדז געבראַכט, אויסוויילנדיק היטלערן און זיין געזינדל פאַר זיינע געוועלטיקערס. האָט זיך געמוזט געפינען ווער עס זאָל דאָס באַטואַכטן פֿאַר זיין הײיליקסטן חוב און זאָל נישט וועלן רוען, ביז ער וװועט קענען קומען אין רשות-הרבים מיט אַ פּנקט, װוּ מיר וועלן קענען לייענען, װוער זענען דאָס געווען די דאָזיקע בני לוי אין פּוילן די זינגערס און שפּילערס, מיר זאָלן באַשײנפּערלעך זען דעם גאַנג פון זייער לעבן, זייערע קינסטלערישע אויפטוען אין אַלע צווייגן פון מוזיקאַלישער פּראָדוקציע און רעפּראָדוקציע. יששכר פּאַטער איז דער, װאָס דער חוב צו דערהאַלטן דעם לעבעדיקן זכרון פון די אומ- געבראַכטע יידישע מוזיק-קינסטלערס, האָט אים נישט געלאָזט רוען, און געטריבן פון אַ טיפער ליבשאַפּט צו אונדזער מעלאָס און אונדוער מוזיק, און געשטאַרקט פון אַ ברייטן פאַרשטענדעניש אין עולם-הזימרה והנגינה, האָט ער יאָרנלאַנג געפֿאָרשט און גענישטערט, דורכגעזיפּט מקורים-שבכתב און אָפּגעווכט מקורים-שבעל-פה, ביז ער האָט געקאָנט, מיטן בעסטן וויסן און געוויסן אונדז דערלאַנגען דאָס ספו, װאָס ליגט איצט פאַר אונד.

ב דער מחבר האָט דעם סוושעט פון זיין בוך ברייט פאַרטראַכט און דורכגעפירט -- ווער עס האָט געהאַט אַ ממשדיקע, קרעאַטיווע שייכות צו דער ספירה פון זימרה און נגינה און, מאָדולירנדיק דעם ביאַליקישן זאָג : ושירת חייו באמצע נפסקה, טייטש : און דאָס ליד פון זיין לעבן איז אין דער מיטן איבערגעשלאָגן געװאָרן, ווייל חיי-שירתו באמצע נרצחו, טייטש : דאָס לעבן פון זיין ליך איז אין מיטן דערמאָרדעט געװאָרן, גייט אַריין אין דעס

16 דב סדן

ספר-זכרון. קודם כל דער גאָר היימישער עלעמענט: חזנים און כלי-זמר און זייערע שיינדלעך, פֿאָלקסזינגער און זייערע שפּילפייגעלעך און בינע-זינגער און זייערע שפּיגעלעך. דיריגענטן פון שולכאָרן, שולע-כאָרן, פֿאָלקסכאָרן, אַרטיסטן פון אָפּערע און קליין- טעאַטער --- אַלצ און אַלע, װאָס האָבן געװוערקט אין דער יידישער גאָס, געשפֿײטט איר מוזיקאַלישן אַפּעטיט און אויסגעאיידלט איר מוזיקאַלישן געשמאַק, אָנגעפילט די יידישע גאס און די יידישע שטוב מיט קינסטלערישער הנאה, ווייטער געשפונען די פֿעדעם פון יידישער מוזיק, סיי אויף דער ליניע פון מסורה און סיי אויף דער ליניע פון חידוש, און נאָך זי מוזיקער, סיי קאָמפּאָזיטאָרן און ווירטואָזן, סיי קאַפּעלמײיסטער און שפּילער, סיי דיריגענטן און זינגערס, װאָס האָבן געװוערקט מחוץ דער יידישער גאַס, און האָבן אויך אַהין אומבאַװוּסט, אַרײנגעבראַכט אַ פלאַס, אָדער, לפחות, אַ פונק פון דער היים. דער מחבר האָט זיך ערלעכע מי געגעבן צו דערציילן איבער אַ יעדן, װאָס ער האָט געקענט צוזאַמענברענגען, מיר זאָלן וויסן זייער לעבן און זייער שאַפן, אַזױ אַז יעדער ערך פאַרמאָגט דריי עלעמענטן : דאָס ביאָגראַפישע, דאָס שאַפּערישע, דאָס אַנאַליטיש-קריטישע. װאָס שייך דעס היקף פון באַהאַנדל האָבן מיר פֿאַר זיך צווייערליי טיילן: דער רוב האָט אויס- שעפּנדיקע לעקסיקאָנישע רובריקן, און עטלעכע צענדלינג האָבן, צוליב ספּעציפישע טעמים, באַזונדערע מאָנאָגראַפֿיעס.

דער צד השווה פון די פיר הונדערט פֿאָזיציעס איז אַ ווונדערלעכער אויפמאַרש פון יידישן מװזיקאַלישן זשעני און יידיש מוזיקאַלישן טאַלאַנט, װאָס דער צורר היהודים האָט זֵיי אומגעבראַכט און מיר וועלן, אַזאַנק דעם מחבר און זיין אָנשטרענג, קענען זייער ליכטיקן זכרון צוריק אויפברענגען.

ג עס איו אַ קיימא-לן, אַז אונדזער פֿאָלק האָט פון אייביק-אָן ליב געהאַט שירה ונגינה --- דער אדון-הנביאים זינגט צוזאַמען מיט אַלע יוצאי-מצרים די שירת-הים, און אַ פריער מדרש לאָזט אַפּילו די זייגנדיקע קינדער אָפֿלאָזן די מיילעכלעך פון דער מאַמעס ברוסט און טייטלען מיט די פינגערלעך: זה אלי ואנוהו, טייטש: דאָס אי מיין גאָט און איך װועל אים באַשײנען, און אַ שפּעטערער מדרש אַקטיוױיזירט דערצו אֲַפילו די קינדער אין דער מוטערס בויך { דוד בן ישי, א יונגער פּאַסטעך, שפּילט פאַר אַ מלך

בשר ודם, און וי אַ מלך שרייבט ער און זינגט ער דעם ספר תהילים, לכבוד דעם מלך מלכי המלכים, און אַ פֿריע אגדה לאָזט זיין פידל שפּילן פון זיך אַלײן, וי נאָר אַ חצות- ווינטל טוט אַ ויי אויף אים, און אַ שפּעטערע אַגדה לאָוט אים נישט בלויז זיין דער קאַפּעלמײסטער פון דער פּמליא של מעלה, נאָר אַפּילו מיט זיין פידעלע אַרײנגאַרן אין גן-עדן אַריין יענעס חסידישן צדיק, װאָס האָט זיך איינגעשפּאַרט, אַז ער וועט אַהין אַ שפּאַן נישט אַרײנטרעטן, אויב משיח וועט נישט קומען.

הייסט עס, אַז דער זאָג: דוך מלך ישראל חי וקיים, מיינט אויך, אַז די נגינה זיינע איז אַ חי וקייס, און װוּ אַ ייך טוט זיך אַ צעשפּיל אָדער צעזינג, כאַפֿט זיך כביכול

אַריין אַ. ניצוצ פון דעם מלכותדיקן אַלט-יונגן בעל-מנגן, פּונקט װוי עס כאַפּט זיך כביכול אַריין אַ ניצוא פון די בני לוי, און װאָס די אגדתה זאָגט אין איר נאַיווער זיכערקייט,

בשערי זמרה ונגינה 17

איז נישט אַזױ ווייט פֿון דעם, װאָס די פּאָרשונג זאָגט אין איר באַזאַכטער געװואָרנטקײט, ווען זי שטעלט זיך, אַ שטייגער, אָפּ איבער די יסודות אין דער ליטורגיע אונדזערער, װואָס ווייזן אָן אַ בשותפותדיקייט, וועלכע האָט זיך דערהאַלטן כאָטש דער ווייטקייט און אָפּגעזונדערקײיט פון כלערליי יידישע שבטים און ישובים, אוּן זי, די פאָרשונג, נעמט אָן דעם באַשטאַנד פון אַן אַלטער ירושה, װאָס זיי האָבן געהאַט פון יענער צייט, ווען זיי זענען נאָך געווען צוזאַמען. אין דעם זינען מעג מען אפשר מדקדק זיין, פֿאַר װאָס עס שטייט לשון יחיד : שירו לנו משיר ציון, טייטש ; זינגט אונדז פון ציונס ליך, גלייך עס װאָלט נישט געווען מער ווי איין ליד, און מען מעג אפשר מתרא זיין, אַז כאָטש עס זענען געווען אַ סך לידער, האָבן די פיינט אונדזערע אין בבל אַרױסגעפילט, אַז אין תוך איז עס טאַקע איין ליד, און האָבן געזאָגט ; משיר ציון, און אונדזערע זיידעס האָבן אין זייער ווייטיק, געפרעגט, ווידער א מאָל לשון יחיד : איך נשיר את שיר ד' על אדמת נכר, טייטש : וי אַזױ וועלן מיר זינגען גאָטס ליך אויף דער פרעמדער ערד.

: און אפשר איז טאַקע גערעכט דער גרויסער בינע-קינסטלער, ר' יהושע בערטאָנאָו, װאָס זאָגט, אַז דער באַטאָן איז נישט אין װאָרט : נשיר, דען זינגען וועלן מיר, יידן זינגען לכרחם ולרצונם, דען עס איז די סבע זייערע { דער באַטאָן איז אין װאָרט : איךְ, וי אַזױ וועלן מיר זינגען, ווייל אַנדערש זינגט זיך אין דער היים און אַנדערש זינגט זיך אין דער פרעמד, און די אידעע אין י.ל. פּרצס נאַװעלע אַ גילגול פון אַ ניגון װאָס נעמט בלויז אַרום די לעצטע פּאָר זורות, לאָזט זיך אָנוענדן אויף אַלע אונדזערע דורות, זייט מיר האָבן אונדזערע פידלען אױיפגעהאָנגען אויף די ווערבעס פון בבל, און זיי פֿאָרט אַראָפּ- גענומען און געשפילט און געזונגען, און ווייזט אויס, אַז די דורות האָבן געשפּירט, דאָס עס איז אַ גילגול, א ווייטער גילגול,

יאָ, אויב מיר האָבן דערמאָנט יל. פרן, וועלן מיר אויך דערמאַנען שלום-עליכם, כדי צו באַמערקן, אַז עס איז גריילעך נישט קיין צופאַל, דאָס וועלנדיק שאַפן אַ יידישן ראָמאַן, האָט ער אָנגעשריבן זיין ,, סטעמפּעני" און האָט אים צוגעשטעלט אַ צוייטן ראָמאַן ,,יאָסעלע סאַָלאָװײי, ווייל ער, װאָס האָט געהאט אַ שאַרף אויג פאַרן ליכטיקן שיין אין אונדזער לעבן, האָט אויך געהאַט אַ שאַרף אוער פֿאַרן ליכטיקן קלאַנג אין אונדזער לעבן, און האָט זיך פאַרבויגן פאַר זיינע צוויי געטרייעסטע שליחים -- פאַרן כלי-זמר און פֿאַרן חזן. אַזאַ פֿאַרבױיג איז אויך דער ספר, װאָס ליגט דאָ פאַר אונדו, און עס איז אַ ברייטער און טיפער פאַרבויג, ווייל ער נעמט אַרום אַלץ, װאָס דאָס זיסע פּאַרל האָט פון זיך אַרױסגעבױרן אין יידישן פּוילן -- זייער רייכע דיפערענציאַציע און נאָך רייכערע ניואַנסירונג, דעם מעלאָס און די מוזיק צווישן יידן און פון יידף

און הלוואי זאֵל ר' יששכר פאַטערס בוך האָבן אַ המשך -- איבער די פארלענדטע מוזיקערס אין אַלע איבעריקע לענדער אין אײיראַפּע, װוּ דאָס דייטשישע געזינדל האָט געבושעוועט, והיה מעשה הוזכרון שלם.

ירושלים, אי תמוז תשכייט.

יידישע מוזיק אין פּוילן צווישן ביידע וועלט-מלחמות

אין משך פון לאַנגע יאָרן איז מיין שרייבטיש געוען פאַרװאָרפן מיט פאַרשי- דענע שריפטן, צייטונגס-אויסשניטן, פאָטאָגראַפיעס, אַרכיוו-אויסצוגן און אַנדערע מאַטעריאַלן, װאָס זענען נוגע די פּראָבלעמען פון יידישער מוזיק אין פאַרמלחמחדיקן פּױלן. צװישן די פּאַפּירן האָבן דאָמינירט גרויסע בויגנס נאָטן-פּאַפּיר, געלע פון אַלטקײט, אַ סך פון זי האַלב-צעריסענע און צעקנייטשטע -- אַלץ קאָמפּאָזיציעס פון יידישע מוזיקערס אין פּױלן, אין דער תקופה פון צווישן ביידע וועלט-מלחמות. די אַלע מאַטעריאַלן -- אין גרעסטן טייל דערהאַלטענע פון אַלע וועלט-טיילן פון ווייטערע און נענטערע פריינד, מוזיקערס און מעלאָמאַנען -- האָבן פאַרלאַנגט אַ גענויע קלאַסיפיקאַציע, מוזיקאַלישע רעדאַקציע און ליטעראַרישע באַאַרבעטונג, בכדי זיי זאָלן קענען אַרײינגענומען ווערן אין אַ זאַמלונג פון שאַפונגען, װאָס זענען אַנטשטאַנען אין גרעסטן יידישן ישוב אין דער וועלט, אין דער גאָלדענער תקופה פון זיין עקזיסטענץ.

וויל איך דאָ -- באַהאַנדלענדיק דעם מהות פון דער דאָזיקער אַרבעט -- באַ- ווייזן, אַז די יידישע מוזיק אין פאַרמלחמהדיקן פּולן איז געווען פון אַ גרויסער חשיבות הן פון מוזיקאַליש-קינסטלערישן און הן פון נאַציאָנאַל-קולטורעלן שטאַנד- פּונקט; עס איז מיר אויך געגאַנגען, פון איין זייט --- אין פאַראײביקן דעם אָנדענק פון די, װאָס האָבן זייער לעבן געװוידמעט דער יידישער מויק, און פון דער צווייטער -- אין אָפּראַטעװען ווערטפולע שאַפונגען, װאָס קענען גיין לאיבוד, אויב מען װעט זיי באַצייטנס נישט צונויפזאַמלען און געבן דעם געהעריקן תיקון; און בעיקר, אַז עס האָט אין פּוילן עקזיסטירט אַ יידישע מוזיקאַלישע באַװעגונג, מיט ספּעציפישע טענדענצן און װעגן; אַ מוזיק, װאָס איז נישט געווען אָריענטירט און אָנגעפירט פון אויבן, נאָר אַ ספּאַנטאַנישער אויסגוס פון געפילן פון די ברייטע יידישע מאַסן : אַ מוזיק, װאָס האָט געצויגן אירע װאָרצלען פון ווייטסטן עבר און איז געװואַקסן אויפן באָדן פון יידישן פולבלוטיקן אָריגינעלן לעבן אין פּױלן

צ

אין דעם געלן בוך אונטערן נאָמען לעקסיקאָן דער יודען אין דער מזיק, צו" זאַמענגעשטעלט אויפן באַפעל פון געבעלסן דורך די נאַצישע הויף-מזיקאַלאָגן ד"ר טעאָ שטענגעל און ד"ר הערבערט געריק, רעדט זיך כסדר וועגן אַ אוועלט- צענטרום פיר יידישע מוזיק". די דאָזיקע ,ספּעצן" ווייסן צו דערציילן וועגן אַן אָרגאַניזירטער צענטראַלער לייטונג פון דעם ,צענטרום" מיט אָפּטײלן אין אַלע לענדער פון יידישער צעשפּרײטונג און וועגן אַ געפירטער פּלאַנמעסיקער טעטיקייט

20 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

אויף דער גאַנצער וועלט. און אַזױ קענט איר ביים באַשרײיבן ערנסט בלאָך לייענען: פּרעזידיום-מיטגליד פון וועלט-צענטער פאַר יידישער מוזיק אין פּאַלעסטינע: ביי דאַריוס מייִאָ --- מיטגליד פון וועלט-צענ- טער פאַר יידישער מויק: דאָס זעלביקע ביי יוסף אחרון, לאַזאַר סאַמינסקי און אַנדערע.

לויט זיי איז דער ציל פון דער וועלט-אָרגאַניזאַציע פאַר יידישער מוזיק געווען צו באַאיינפלוסן און צו פּאַריידישן די מוזיק פון די פעל- | קער. מיט דער הילף פון די דאָזיקע ,מוזיקאַלישע זקני ציון-פּראָטאָקאָלן" האָבן די נאַציס באַשולדיקט די יידישע קאָמפּאַ- זיטאָרן און מוזיקערס אין וועלן באַהערשן די וועלט-מוזיק דורך אָנװאַרפן איר יידישן גייסט. איז גאָרנישט שווער דאָס געזאָגטע אָפּצופרעגן. עס ווילט זיך נאָר ביי דער געלעגנהייט באַדױערן, װאָס דער איינציקער געזעלשאַפטלעך-פאַרנאַכלעסיקטער קונסט-אָפּשניט איז ביי אונדז געווען מוזיק. אַפילו אין די לעצטע צענדליקער יאָרן, נאָך דעם, װי אונדזער קולטור איז סעקולאַריזירט געװאָרן אוּן אָנגעהױבן זיין דער קנין פון גאַנצן פאָלק, איז נאָך אַלץ מוזיק נישט געווען קיין פאַראינטערעסירונגס- אָביעקט פאַר די אָנפירנדיקע פאַקטאָרן פון יידישן געזעלשאַפּטלעכן לעבן. מען האָט געהערט וועגן קולטור-קאָנגרעסן און שרייבער-צוזאַמענטרעפן, ועגן טעאַטער- געזעלשאַפטן און מאָלערײ-אויסשטעלונגען, אָבער נישט וועגן פּלאַנירטער מוזיק- טעטיקייט. נישט געווען ביי אונדז קיין דראַנג צו אָרגאַניזירטער סיסטעמאַטישער אַקטיוויטעט אויפן געביט פון יידישער מוזיק, :

אַפּילו די גרויסע מוזיק-רעװאָלוציע, װאָס עס האָבן געמאַכט אין רוסלאַנד יואל ענגעל און זיינע חברים יוסף אחרון, לאַזאַר סאַמינסקי, אפרים שקליאַר, מיכאַל גנעסין, שלמה ראָזאָווסקי און אַנדערע, איז אויך געקומען וי אַ רעזולטאַט פון גוטע עצות מצד גוייִם און האַלבע יידן. די ערשטע האָבן איבערצייגט אונדזערע יונגע ענטוזיאַסטישע מוזיק-סטודענטן פון די פּעטערבורגער און מאָסקװער קאָנסער- װאַטאָריעס, אַז ;די יידישע ראַסע באַזיצט אַ ריזיקן מעלאָדישן אוצר און די יידישע מוזיק װאַרט אויף אירע גאונים". (ווערטער פון רימסקי-קאָרסאַקאָוו, ציטירט דורך לאַזאַר סאַמינסקי אין זיין בוך מזיק פון געטאָ און די ביב?). און די אַנדערע האָבן כסדר געברענגט ראיות און הסכמות פון געלערנטע און פילאָזאָפן, װאָס זייער ציל איז געווען כשר צו מאַכן מוזיק אין די אויערן פון יידן. עס האָבן זיי געהאָלפן זייערע משׂכילישע חברים, װאָס האָבן נאָך אַלץ באַװיזן, אַז זינגען און שפּילן זענען גאָרנישט קיין דברים בטלים, ווייל אָט שטייט דאָך בפירוש געשריבן: ;אָז ישיר

אַריינפיר 21

משה". און צי האָבן מרים הנביאה נישט געפּוקט אויפן פּייקעלע און דוד המלך געשפּילט אויפן פידעלע ?..

איז טאַקע גוט געשען, װאָס די געהאָרכזאַמע יונגעלייט האָבן געפאָלגט זייערע דעה-זאָגערס, פאַרקאַטשעט די אַרבל און זיך גענומען צו דער מלאכה. אין אָנהײיב האָבן זיי געזאַמלט מוזיקאַליש-עטנאָגראַפישן מאַטעריאַל און אים האַרמאָניזירט, און שפּעטער זענען זיי איבערגעגאַנגען צו מער קאָמפּליצירטע פאָרמען פון מוזי- קאַלישער שאַפונג. דערגאַנגען זענען זיי צו מוסטערן פון פרייען אינדיווידועלן שאַפן אין גרעסערן פאַרנעם, ביז מען האָט שוין אָנגעהויבן רעדן וועגן אַ נייער יידישער מאָדערנער מוזיק. אַװודאי האָבן נישט געפעלט -- וי אַלע מאָל ביי אָן- הויבן --- קיין טעותים און בלאָנדזשענישן, אָבער דאָס האָט נאָר געהאָלפן אַרויפקומען אויפן ריכטיקן װעג. עס האָבן זיך באַוויזן סימפּטאָמען פון יידיעזן סטיל, עס איז געקומען אַ נייע תקופה. |

פּאַראַלעל צו דעם, און אפשר אויך אונטער דער השפּעה פון דער געזעלשאַפט פאַר יידישער מוזיק אין פּעטערבורג, האָט זיך דאָס , פּינטעלע ייד" אויך גענומען וועקן אין די הערצער פון די יידישע מוזיקערס אין אַנדערע לענדער. ערנעסט בלאָך, דאַריוס מייאָ, פוידעריק יעקאָבי און אַנדערע האָבן בכוונה תחילה אַריינגענומען אין זייערע שאַפונגען יידישע טעמעס. עס האָט זיך אָנגעהויבן פּיקן און פאָרעמען אַ נייע יידישע מוזיק, װאָס אירע אַקאָרדן האָבן זיך געלאָזט טראָגן איבער דער גאַנצער וועלט. און אַזױ האָבן זיך אַנטװיקלט און זענען געװאַקסן דריי גרויסע מוזיק-צענטערס : אין אַמעריקע, אין ארץ-ישׂראל און אין פּוױלן -- יעדער איינער מיט זיינע מעלאָדיעס, יעדער איינער מיט זיינע ספּעציפישע גענג און כאַראַקטע- ריסטישע שטריכן, און יעדער איינער מיט זיינע פרעמדע השפּעות און אָנגעװאַקסענע שטיקער ווילדפלייש, װאָס מען האָט געדאַרפט אַרומשנײדן, רייניקן און ברענגען צו אַ העכערער מדרגה, 20

צִּ

אין אַמעריקע האָבן זיך יידישע מוזיקערס, אין זייער גרעסטער מערהייט, אייג- געגלידערט אין דער מוזיק פון לאַנד. דאָס אַלץ, װאָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פאַר דער אַלגעמײנער מוזיק, איז אויך געװאָרן טיפּיש פאַר יידן, אַטאָנאַלע איג- דיאַנישע קאַנטילאַציעס, געבראָכענע מעלאָדישע ליניעס, מאָדערגע האַרמאָניזאַציע, געבויט אויף דיסאָנאַנסן -- די אַלע שטריכן, װאָס זענען פון שטענדיק אָן געווען די יסודות פון דער אַמעריקאַנער מוזיק, זענען אויך געווען די באַזע, פון וועלכער עס האָבן געשעפּט גרינבערג, גערשווין און שפּעטער -- וייל און בערנשטיין, זי האָבן נישט פאַרמאָגט די טראַדיציאָנעלע בענקשאַפטן פון עלטערן דור און אויך נישט געהאַט קיין באַציונג צו דעם אייגענעם נאַציאָנאַלן. זיי האָבן געזוכט דאָס אוניװוערסאַלע און ביי זיי איז מוזיק געווען נישט דאָס, װאָס דאָס האַרץ פילט, נאָר דאָס, װאָס דער מוח חשבונט אויס, קאַלקולירטע מוזיק. די פריערדיקע יידישע קאָמפּאָזיטאָרן, אָפּשטאַמיקע פון דער רוסיש-יידישער מזיקאַלישער שול, האָבן טאַקע באַװוּסטזיניק געטראָגן מיט זיך דעם יידישן מעלאָס. לאַזאַר סאַמינסקי, יוסף

22 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

אחרון און ערנעסט בלאָך האָבן מיט אַן אויפגעהויבענעם קאָפּ געשאַפן יידישע װוערק און אַדאַנק זיי זענען אויך אַנדערע אַרײנגעצױיגן געװאָרן אין תחום פון יידישער מוזיק. אָבער נישט פאַר אַלע איז דאָס גענוג געווען. אַרנאָלד שענבערג איז ערשט צוריקגעקומען צו זיין פאָלק, ווען עס האָט זיך צעפלאַקערט די יידישע טראַגעדיע, אַנדערע האָבן זיך אומגעקערט ווען עס האָבן זיך געלאָזט הערן די טראַגישע קלאַנגען פון : ,זאָג נישט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג", און נאָך אַנדערע האָבן זיך דערנענטערט, ווען אויף די בערג פון ציון האָבן זיך צעקלונגען די ריטמען פון ,שיר הפּלמ"ח". געווען אַזעלכע, וועלכע האָבן זיך ערשט נאָך דער אַנטשטײונג פון מדינת ישׂראל אויסגעדרייט מיט די פּנימער צו ירושלים, און עס זענען נאָך געבליבן אַזעלכע, װאָס נאָך היינט טרינקען זיי נישט פון אייגענעם ברונעם און זיי שפּייזן זיך ביי פרעמדע טישן,

מער שװוּנג האָבן אַרױסגעװיזן די אַנטװיקלער און פאַרשפּרײטער פון דער יידי- שער פאָלקסמוזיק : מיכאַל געלבאַרט, יעקב שייפער, לעאָ ליאָוו, לאַזאַר וויינער, װלאַדימיר חפץ און אַנדערע, װאָס האָבן אין משך פון צענדליקער יאָרן געפירט אַן אומדערמידלעכן קאַמף פאַר דערהייבן דאָס יידישע ליד צו קינסטלערישער מדרגה, און זייער אַרבעט איז געקרוינט געװאָרן מיט גרויסע דערפאָלגן : זי האָבן באַאַרבעט און האַרמאָניזירט הונדערטער לידער, קאָמפּאָנירט מוזיק צו טעקסטן פון יידישע דיכטער און דער עיקר -- אָרגאַניזירט כאָרן, וועלכע זענען געווען די טרעגער פון עכטער יידישער פאָלקסמוזיק.

אין אַלגעמײן װאָלט איך די שעפערישקייט אויפן געביט פון יידישער מוזיק אין אַמעריקע באַצײיכנט וי אַ קאָניונקטורעלע. זי איז קיין מאָל נישט אַרױסגע- דרונגען פון די טיפענישן און אינערלעכע באַדערפענישן פון פאָלק, זי האָט אויך נישט אויסגעדריקט די באַגערן און שטרעבונגען פון די מאַסן, נאָר איז געקומען װי אַ דעאַקציע אױף געוויסע אויסערלעכע דערשיינונגען און געשעענישן. און דעריבער איז איר כוח נישט געווען קיין ווירקנדיקער, און אַװדאי נישט -- קיין נאַציאָנאַל-דערציערישער,

צּ

אין ישׂראל -- אָדער בעסער געזאָגט, אין פריערדיקן ארץ-ישׂראל --- איז די מוזיק, פון די צייטן פון חיבת-ציון אָן, געווען אַן אָפּשפּיגלונג פון דעם נייעם, זיך שאַפנדיקן לעבן אויף דער אַלט-נײער ערד. אין אָנהײיב : אַ געמיש פון סטילן און אַן ערבוביא פון מעלאָדיעס; אַ סטיכיש געזאַנג, װאָס האָט אויסגעדריקט געפילן פון ענטוזיאַזם און פּאַטריאָטיזם. ניגונים פון בית-מדרש, זמירות פון טאַטנס טיש און אַפילו דער זינג-זאַנג פון דאַװענען. דאָס אַלץ האָט זיך גענומען קאָכן און עס האָט זיך אָנגעהויבן שמידן אַן אייגנס, אַן ארץיישׂראלדיקס,

אָרדענונג און באַציונג האָט אַריינגעפירט יואל ענגעל. ער האָט אויפגעהויבן אַ קאַמף קעגן דעם הערשנדיקן מישמאַש און געשטעלט אַ נייעם טאָן. מיט נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײין און מיט טיפער אינערלעכער דערקענטניש האָט ער געבויט אַ נייעם נוסח. ער האָט אַ סך באַנייט, אָבער גלייכצייטיק נישט פאַרשוועכט די הייליקייטן

אַריינפיר 23

פון אונדזער מוזיקאַלישן עבר. ער האָט פאַראײיניקט, צונויפגעשמאָלצן און געשמידט אַן אָריגינעל העברעיש ארץ-ישׂראל-ליד. און ווייל ער איז נישט געווען קיין קאָמ- פּאָזיטאָר-אַקאַדעמיקער, װאָס טוט זיין אַרבעט אין די ד' אמות פון זיין לאַבאָראַטאָריע, נאָר איז אַרױס אין גאַס און געמאַכט זינגען דעם יונגן דור -- איז זיין השפּעה געווען זייער אַ גרויסע. ער האָט אָרגאַניזירט קורסן, צוגעגרייט קאַדרן פון צוקונפטיקע מוזיק-פּאַרשפּרײיטער און אויפגעשטעלט אַ פּלעיאַדע יונגע קאָמפּאָזיטאָרן, װאָס האָבן קאָנטינוירט זיין תורה. און עס איז געשען, אַז דער פאָטער פון דער יידישער מוזיק איז אויך געװאָרן דער שעפער פון דער נייער ישׂראלדיקער מוזיק, און זיין באַדייטונג פאַר איר איז די זעלביקע, װאָס פון אליעזר בן-יהודה פאַר דער לעבעדיקער הע- ברעיַשער שפּראַך און פון חיים נחמן ביאַליק פאַר דער העברעישער ליטעראַטור.

מיט נישט קיין קלענערן ענטוזיאַזם האָבן די זעלביקע אַרבעט געטאָן נאָך עט- לעכע פּיאָנערן: מנשה רבינוביץ (רבינא), שלמה ראָזאָווסקי און פּראָפ' דוד שאָר. זיי זענען געווען פון די ערשטע, און שפּעטער זענען צוגעקומען יצחק עדעל, ידידיה גאָראָכאָוו, שלום פּאָסטאָלסקי, מרדכי זעירא און נאָך אַנדערע. די מוזיקאַלישע טעטיקייט איז שוין געװאָרן אָרגאַניזירט און פּלאַנירט. די דערפאַרונג פון די ערשטע האָט געהאָלפן די שפּעטערדיקע און דער נייער יש האָט איינציקווייז אָנגעטאָן אַ מער קאָמפּליצירטן און מער ראַפינירטן לבוש. עס זענען אַנטשטאַנען שאַפונגען פון אַ נייעם אינהאַלט : נייע מעלאָדיעס און נייע ריטמען, זייער אָפט אַזעלכע, װאָס זאָגן עדות וועגן אַ צוריקקער צום מזרח, און װאָס אַ מאָל קנאַפּער אַזױנע, װאָס זענען געװאָרן פאַרבונדן מיט די מעלאָדישע מאָטיוון פון פריער. פּאַול בן-חיים, מאַרק לאַוורי, יוסף קאַמינסקי,. אביאסף בערנשטיין און אַנדערע זענען נאָך ענג געווען פאַרבונדן מיטן יידישן טראַדיציאָנעלן מעלאָס פון אונדזער פאַרגאַנגענהײט, -- אברהם דאַוס, אָדען פּאַרטאָש, אַלכסנדר באָסקאָװיטש און מרדכי סתר האָבן שוין די קניפּן לויזער געמאַכט און די נאָך ייִנגערע האָבן די שטריק אין גאַנצן איבערגעריסן,

די אָפיציעלע קולטור-אינסטאַנצן זענען געשטאַנען פון דער וייטנס און זיך צוגעהערט, זיך צוגעהערט אַזױ לאַנג, ביז עס האָט זיי אָנגעהויבן גרילצן אין די אויערן. זיי האָבן זיך אָנגעהויבן אָריענטירן, אַז עפּעס איז נישט אין אָרדענונג אין דער מוזיק אין ישׂראל, אָבער... אַ ביסל צו שפּעט. היינט פאַרמאָגן מיר אַ , פעסטיװאַל אַבו"גוש?, װאָס באַזינגט דעם רום פון ישו און דעם פאַרראַט פון זיינע ברידער די יידן; אַ איערלעכן פעסטיװואַל פאַר מוזיק און דראַמע?, אויף וועלכן עס װערט יאָר-יערלעך געזונגען ,מה-יפית" אַן אַנדערן גויַשן קאָמפּאָזיטאָר: אַ ק,יערלעכן קאָנקורס פון ישׂראלדיקן ליד", װאָס טאָמער זאָל דאָס ליד מיטן קלענסטן מעלאָדישן קנייטש נאָר געבן אַ רמז פון האָבן אַ שייכות צו יידישער מוזיקאַלישער פאַרגאַן- גענהייט, איז עס באַלד פּסול; צענדליקער אוסגאַבעס פון לידער-זאַמלונגען פאַר שול און יוגנט, וועלכע זענען ריין פון יידישן האַרציקן פאָלקסליד : אַ נעץ פון כאָרן אין די קיבוצים און אין די שטעט, װאָס אין זייערע רעפּערטואַרן װועט איר געפינען לידער פון אַלע אומות און שבטים, אָבער נישט די אויסגעװייטיקטע און אויסגע- טרוימטע לידער פון רייזען, לייוויק, געבירטיג און אַנדערע: אַ זלזול-באַציונג צו

24 י. פּאַסער / יידישע מוזיק אין פּולן

אַלע מוזיקאַלישע אוצרות װאָס זענען געשאַפן געװאָרן אין די תפוצות, אֲפֵילְו די ליטורגיע אין ישׂראל געפינט זיך אין אַ שפלדיקן מצב, איר װעט אין גאַנצן לאַנד נישט געפינען קיין איין סינאַגאָגאַלן כאָר, לויטן מוסטער פון די, וועלכע מיר זענען געווען געוווינט צו האָבן אין די מיטעלע שטעט אין פּוילן, נישט רעדנדיק וועגן װאַרשע, לאָדזש, ווילנע און אַנדערע גרעסערע שטעט.

ערשט די זעקסטאָגיקע מלחמה און די שפּאַנענדיקע דריי װאָכן פאַר איר האָבן געבראָכן דעם אייז. אַ נייער מוזיקאַלישער אמת איז אַרױס אויפן אױיבערפלאַך, עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ,ירושלים של זהב", מיט אירע ליטורגישע מאַ- טיוון, קלעטערנדיקע קװאַרטעס און גליסאַנדאָס -- די זעלביקע מוזיק-עלעמענטן, מיט וועלכע די ווילנער מאַמע האָט איינגעווינט איר נעמילע -- האָבן זיך שנעל אַריינגעריסן אין די הערצער פון די ישׂראלדיקע סאַברעס און האָבן זיי געפירט צו התרוממות הנפש. און דווקא זענען דאָס די דערדריקטע קלאַנגען פון מזרח- אײיראָפּעיִשן ייד געווען די, װאָס זענען פאַרװאַנדלט געװאָרן אין הימען פון קעמפנדיקן ישׂראל,

אויב דאָס איז נישט געווען קיין צופאַל, איז עס געווען אַ גליקלעכער אָנהייב. הלוואי! צ

אין פּוילן איז די יידישע מוזיק געווען איינע פון די רינגען אין דער גאָלדענער קייט פון יידישער אַלגעמײנער קולטור-שעפערישקייט. פּונקט װי דאָס גאַנצע גייסטיקע לעבן, איז אויך די מוזיק געווען אַ נאַטירלעכער המשך פון דעם עבר. דאָ האָט נישט עקזיסטירט דאָס קינסטלעכע און אַקאַדעמישע, װאָס ביי די יידישע מוזיקערס אין אַמעריקע, און אַװודאי נישט -- דאָס זוכנדיקע און בעל-כרחודיקע, װאָס ביי די ישׂראלדיקע. דאָ איז געזאַנג געווען אַן אומצורייסלעכער טייל פון טאָג- טעגלעכן לעבן און נגינה האָט פאַרנומען אַן אָרט אין יעדער יידישער היים, פּעטערבורג און מאָסקװע האָבן געמוזט גרינדן געזעלשאַפטן, װאָס זאָלן זיך פאַרנעמען מיט זאַמלען יידישן פאָלקלאָר, און ספּעציעל -- יידישע פאָלקסלידער, דאַקעגן װאַרשע און לאָדזש האָבן דאָס נישט געדאַרפט. די יידישע מאַסן אין פּױלן האָבן אומעטום געזונגען. מען האָט דאָס ליד נישט געדאַרפט זוכן, ווייל עס האָט אומעטום אָפּגעהילכט. עס האָבן געזונגען דינסטמיידלעך און שניידער-געזעלן, בעלי- בתישע טעכטער און חסידישע בחורים, צניעותדיקעט מאַמעס און גראָביונגערישע באַלעגאָלעס. עס האָבן געזונגען רייכע קינדער פון תענוג און צופרידנקייט, און אָרעמע יתומים -- פון צער און צאָרן, און געזונגען האָט מען מכל המינים : גאַסן" לידער וועגן ;ביטערן גורל פון יתומים? און סענטימענטאַלע טאַנגאָס וועגן אומגליק- לעכע ליבעס : פּראָלעטאַרישע לידער, װאָס האָבן גערופן דעם אַרבעטער ,נישט לאָזן זיך זייגן דאָס בלוט" און חלוצישע לידער, װאָס האָבן געמונטערט צו בויען דאָס אייגענע לאַנד; חסידישע האָפּקעס, װאָס האָבן גערופן צו אַ ריקודל און חזנישע שטיקלעך, װאָס האָבן געמאַכט וויינען: מען האָט אויך געהערט ערנסטע לידער פון קלאַסישן, אַלגעמײן-מוזיקאַלישן װעלט-רעפּערטואַר,

פּעטערבורג און מאָסקװע האָבן זיך אַנטציקט מיט די צונויפגעזאַמלטע מוזיקאַלישע

אַריינפיף / 25

פּרימיטיוון און אויף זי" /8 216 66 צונגען באַשלאָסן איינצו . פאָסן זיי אין די ראַמען פון דער מוזיק-קונסט, װאַרשע און לאָדזש האָ-

בן שוין דעמאָלט לאַנג 2

געהאַט אָרגאַניזירטע

הזמירס, מיט כאָרן, די-

ריגענטן און קאָנצערטן, גי 405 יק

ד"ר גרשון לעווין, נחמיה , פינקעלשטיין און י. ל, 9 י /. כקף פּרץ --- כאָטש נישט קיין : )

מוזיקערס האָבן שוין גע- (/ 4

האַט לאַנג אויפגעהויבן

די פאָן פון יידישער מו-

זיק און אין יאָר 1896 0 איז שוין געווען צוגע-

גרייט צום דרוק אַ זאַמ- = 4, 41 22

לונג פאָלקס-לידער, װאָס {/ נישט קיין אַנדערער, וי 2 פּרץ אַליין האָט זיי גע י 7/ 2:4//

האָט צונויפגענומען און

רעדאַגירט. אויך די כאָר- 22

קאָנצערטן אונטער דער

לייטונג פון ערשטן הז- 2 2 22 25 מיר-דיריגענט בענסמאַן | האָבן זיך שוין געהאַט :

קונה-שם געווען און זע-

נען געװאָרן אַ שם-דבר

: א א ך װואַרשע, און שפּע שצריבלאַט פֿון דעם כּתנ-יר פֿאָלקסלידער צוגעגרײט צום דרוק פֿון י. ל. פרץ (די צענזורי טער אַ ביסל == אין דערלויבעניש איז פֿון דער רעכטער זײַט; דער גומער 1318 איז פֿון ייװאָיאַרכי)

לאָדזש. אין די שפּעטערדיקע יאָרן זענען געשאַפן געװאָרן הונדערטער כאָרן אין אַלע קלענערע און גרעסערע שטעט אין פּױלן. אין די גרויסע שטעט זענען די דיריגענטן באַרימט געװאָרן פון זייער ברייט-פאַרצווייגטער טעטיקייט און זיי האָבן זייערע כאָרן דערפירט צו פּערפעקציע. לעאָ ליאָוו, משה שניאור, דוד אײיזנשטאַט, ישׂראל פייווישיס, יצחק זאַקס, יעקב גלאַטשטײן, יעקב גערשטיין, אברהם סליעפּ, --- דאָס זענען נעמען, װאָס זענען פאַרשריבן מיט גאָלדענע אותיות אין דער געשיכטע פון יידישער מוזיק אין פּוילן,

26 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוילן

אַן אַנדערער באַשטאַנדטײל פון דעם מוזיקאַלישן לעבן איז געווען די ליטורגיע- סינאַגאָגאַלע נגינה, מיט אַלע אירע שאַטירונגען און ניואַנסן. נישט געווען קיין דאַוונען אָן געזאַנג, ממש אַזױ װי ס'שטייט געשריבן ;לשמוע אל הרנה ואל התפילה". אין די חסידישע שטיבלעך און אין די בתי-מדרשים איז דאָס געווען אַ ספּאַנטאַנישער געזאַנג פון אַלע מתפּללים מיטן שליח-ציבור און אין די שולן איז דאָס געווען אַן אָרגאַניזירטער ,גאָטעסדינסט", װאָס איז אין די גרויסע שטעט דערגאַנגען צו מוזיקאַלישער שלימות, אַפילו אין די קליינע שטעטלעך האָבן אַקטויָרט חזנים מיט כאָרן, װאָס האָבן דאָס דאַװונען אַװעקגעשטעלט אויף אַן עסטעטישן ניוואָ. און אַזױ אַרום האָט אויך דאָס חזנות דערפילט אין אַ געוויסער מאָס אַ שליחותדיקע ראָל אין דער מוזיקאַלישער דערציונג פון דעם ייד פון אַ גאַנץ יאָר,

אַ שיין בלאַט אין דער געשיכטע פון יידישער מוזיק אין פּױלן האָט אַרײנגע- שריבן די טעאַטער-מוזיק. שוין ביי זיין געבורט האָט דער טעאַטער געשלאָסן אַן ענגן בונד מיטן יידישן פאָלקס-ניגון. גאָלדפאַדען אַלײין האָט באַלד זיינע טעקסטן אַזױ צונויפגעבונדן מיט מעלאָדיע, אַז עס איז שווער געווען צו וויסן װאָס וועמען באַקלײדט: דער טעקסט די מוזיק, צי די מוזיק דעם טעקסט. דער דאָזיקער בונד איז געווען אַ דוױערהאַפטער און וי אַ רויטער פאָדעם האָט ער זיך געצויגן לענג- אויס דער גאַנצער געשיכטע פון יידישן טעאַטער אין פּולן. צענדליקער סטאַבילע און װאַנדערנדיקע טעאַטערס האָבן געשפּילט אין פּוילן צווישן ביידע וועלט-מלחמות און יעדער טעאַטער איז כמעט שטענדיק באַגלײט געווען פון אַן אָרקעסטער. האָבן הונדערטער לידער, אַזױ גערופענע שלאַגערס, זיך געטראָגן איבער יידישע שטיבער און זיי זענען געזונגען געװאָרן פון קליין און גרויס ביי פאַרשידענע געלעגנהייטן און פאַראַנשטאַלטונגען. יצחק שלאָסבערג, דוד בייגעלמאַן, שלמה פּריזאַמענט, יוסף קאַמינסקי, לעאָן זעלמאַן, הערץ רובין, יסאַ שאַיעװיטש און אַנדערע האָבן פיל בײיגעטראָגן צום אַנטװיקלען די טעאַטער-מוזיק. און גאָר אַ גרויסן חלק אויף דעם געביט האָט געהאַט דער ארי שבחבורה הענעך קאָן, װאָס איז געווען דער נאָענטסטער מיטאַרבעטער פון משה בראָדערזאָן און דער מיטבויער פון אַלע קליינקונסט-טעאַטערס אין פּוױילן: דער מאַריאָנעטן-טעאַטער חד-גדיא (1922) אין לאָדזש, דער קליינקונסט- טעאַטער אַזאַזעל (1925) אין װאַרשע, דער סמבטיון (1926) און דער אַראַראַט (1927), אין די אַלע איז ער געווען דער מוזיקאַלישער רוח החיים.

אַ גרויסע השפּעה אויף דעם װוּקס פון דער פאַראינטערעסירונג פון די יידישע פאָלקסמאַסן פאַר די פּראָבלעמען פון מוזיק האָבן געהאַט די פּאַרטײען, געזעלשאַפטן און קולטור-אָרגאַניזאַציעס. זי האָבן געשאַפן מוזיק-געזעלשאַפטן און מוזיק-אינסטי- טוטן, געזאַנג-שולעס און פאַרשידענע קורסן, און אַזױ אַרום דערמעגלעכט זייערע מיטגלידער צו לערנען און צו פאַרשטיין מוזיק. פאַרשטאַרקט איז געװאָרן די דאָזיקע אַרבעט אין די דרייסיקער אאָרן, ווען די יידישע מוזיקער זענען אַרױסגעשטױסן געװאָרן פון זייערע אַרבעטס-פּלעצער און די יידישע געזעלשאַפטלעכע פאַקטאָרן האָבן באַשלאָסן צו שאַפן אַ יידישן סימפאָנישן אָרקעסטער. עס האָט לאַנג נישט געדויערט, און די קאָנצערטן, װאָס פלעגן פאָרקומען שבת און זונטיק אין

אַריינפיר 21

;נאָװאָשטשי-טעאַטער, האָבן געצויגן אַפילו פּוילישע מעלאָמאַנען. עס זענען געשאַפן געװאָרן סעקציעס פאַר קאַמערמוזיק, פאַר װאָקאַלער קונסט און עס זענען סיסטע- מאַטיש דעמאָנסטרירט געװאָרן אַלע אָפּשניטן פון דער ברייט-פאַרצווייגטער יידיש- מוזיקאַלישער טעטיקייט. עס פלעגן אויך דיריגירן מיטן יידישן סימפאָנישן אָר- קעסטער איינגעלאַדענע געסט פון אױיסלאַנד. אַזױ -- געדענק איך -- איז איינער פון די קאָנצערטן דיריגירט געװאָרן פון באַרימטן דיריגענט פון דער ווינער פיל- האַרמאָניע קורט פּאָהלען און אין פּראָגראַם האָט זיך באַטײליקט אימרע אונגאַר, װאָס האָט דעמאָלט אויסגעפירט דעם פּיאַנאָדקאָנצערט פ-מאָל פון שאָפּען.

און דער גרעסטער ווונדער פון יידישן מוזיקאַלישן לעבן אין פּױלן: די יידישע מאַסע. די גרויסע מאַסע יידישע מעלאָמאַנען, קאָנצערטן-גייערס, אָפּערע-באַזוכערס און חזנות-מבינים-זאָגערס, וועלכע האָבן געפורעמט דעם דעת הקהל איבער מוזיק בכלל.

די יידישע קאָנצערטן, -- צי דאָס זענען געווען קאָנצערטן פון סימפאָנישן אָרקעס- טער, צי פון כאָרן --- זענען פאַרװאַנדלט געװאָרן אין קולטור-ימים-טובים. די זאַלן זענען געווען געפּאַקטע, די שטימונג -- אַ דערהויבענע און דער ענטויאַזם -- אין לשער. די מאַסע האָט געשוועבט אין די עולמות העליונים און געשעפּט רוח-חיים צום מאָרגנדיקן שווערן טאָג. דאָס זענען געווען שניידער-געזעלן און פאַבריק- אַרבעטער, האַנדלס-אָנגעשטעלטע און אַרבעטנדיקע אינטעליגענטן, װאָס האָבן פון זיך אַראָפּגעװאָרפן די אַרבעטס-מלבושים און געקומען געבן שפּייז זייער נשמה יתירה. די זעלביקע מעלאָמאַנען האָבן אויף צו מאָרגנס אויסגעפילט דעם אָפּערע- טעאַטער און נישט איין מאָל האָבן זיי מיט זייערע מיינונגען געצוװווּנגען די אָפּערע- דירעקציע צו ענדערן דעם פּראָגראַם, אָדער צו טוישן דעם זינגער-צוזאַמענשטעל, ס'האָבן אויך געװוסט וי אַזױ צו 927/ האַנדלען די יידישע אינסטרומענ-

טאַליסטן אין פּוילן, מיטגלידער חברה דורשי מוסיקה עכרית {|| וז{ |{זז{ן געז. פאר אירישע מוויק פון די בעסטע סימפאָנישע אָרי טס

קעסטערס אין לאַנד, ווען בראָניס לאַװ הובערמאַן האָט אין יאָר 1936 4 1612 8|ח267|6ז6/ 8668 ע2ז8אוסד 286קז28 געגרינדעט דעם פילהאַרמאָנישן 516סזכן סּ!חװו{26זכןט +צ248202 בּוז (8816ציססע2? אָרקעסטער אין ארץ-ישׂראל. דער

גאנצער אקטיוו פון דער װאַרשע- - תלשטְלווּז 10 וט חורם די יד ווו

הוהטושס2הא סזפע2אהשיסד

16סצטע2קזכן 66אה 188 ס ,=וץ

ווער פילהאַרמאָניע מיט יעקב סו 0װ86660279ו82סוחזסט טל פַום 662מס 8ז18א ראָוויטש בראש, וי אויך די בעסטע 8!68ז816ז8 88/800 /+ }אחטכן .66ש כום :404 0 אָרקעסטראַנטן פון אַנדערע קאָ- 8 .}וו {סמזהרזעה :זק ייה}!ז23 פה'בג, לעקטיוון, זענען באַלד צוגעשטאַנען מומח8פֿמוס 2

צו דער אידעע און זענען געװאָרן 11 {{ 60 זים 6269זק

אירע פלייסיקע פאַרווירקלעכער, ווו .{ זטואפזעם ‏ | 6'שסאחס1גט

זיי האָבן מיט דעם באַװויזן נישט 034ג6)060 .} .003 016406ז? | 2828

28 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוילן

נאָר זייערע הויכע קינסטלערישע קװאַליפיקאַציעס, נאָר אויך זייער נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײין און חלוצישע גרייטקייט צו דינען זייער פאָלק,

אָט דאָס אַלץ דאָ געזאָגטע איז אין אַלגעמײנע שטריכן אַ בזעיר:אַנפּינדיק בילד פון דעם מצב אויפן געביט פון יידישער מוזיק אין פאַרמלחמהדיקן פּוילן.

צּ :

מיט עטלעכע יאָר צוריק זענען מיר אַלע געװוען עדות פון אַ צעפלאַקערטער דיסקוסיע, װאָס האָט זיך געפירט אין מדינת ישׂראל אויף דער טעמע: ווער איז אַ ייד ? אַן ענלעכער וויכוח האָט זיך געפירט מיט עטלעכע צענדליקער יאָרן צוריק צווישן די יידישע מוזיקער אין דער װעלט: צי איז פאַראַן אַ יידישע מוזיק, און אויב יאָ --- װאָס שטעלט זי מיט זיך פאָר און װוּהין דאַרף זי גיין ? צווישן די דיס- קוטאַנטן האָבן זיך געפונען היצקעפּ -- און דאָס גראָד פון צווישן די אָפּשטאַמיקע פון דער פּעטערבורגער גרופּע -- װאָס האָבן בכלל נעגירט די עקזיסטענץ פון אַ יידישן קלאַנג און זיי האָבן געװאָלט אויסגעפינען עפּעס אַ געהיימען ;העברעיסטישן מעלאָס*, אַן אָפּשטאַמיקן פון די אוראַלטע צייטן, אַ מין מיטאָס, װאָס אָן זיין אַרײינ- מישונג איז יידישע מוזיק בכלל נישט בנמצא. און אין דער זעלביקער צייט, ווען

פאַרװאַלטונג פון ,געזעלשאַפט פאַר פֿאַרשפּרײטן יידישע מוזיק"? אין פּוילן

סיזיצן, פון רעכטס: ד"ר י, ראָזענבלאַט, פאָרזיצער ; פּראָפּ' סטאַניסלאַוו גיעװיאַדאָמסקי, מוזיק-קריטיקער ; פרוי מאַרגאָט קאַפּטאַל ; סרעברנאַגוראַ,

סישטייען פון רעכטס: דאַטינער ; אַדװ. ה. זילבערבערג ; אַדו. י. סאָלאָװײטשיק; פּראָפ' עלי קאָכאַנסקי ; קיפּניס ; י. הירשפעלד ; יצחק עדעל ; פרוי רוּזשאַנסקאַ..

אַרײינפיר 29

די דאָזיקע וויכוחים זענען געפירט געװאָרן ביי די ברעגעס פון דער װאָלגע און ביים אַטלאַנטישן אָקעאַן אין ניויאָרק, האָבן די יידישע קאָמפּאָזיטאָרן, דיריגענטן און מעלאָמאַנען ביי די ברעגעס פון דער וייסל אָרגאַניזירט כאָרן, געגרינדעט אָרקעסטערס, געשאַפן קאָמפּאָזיציעס, באַאַרבעט פאָלקסלידער און אויף צאַלרײיכע קאָנצערטן פון יידן פאַר יידן געפלעגט דעם טראַדיציאָנעלן יידישן מעלאָס. דאָ זענען קיין דיסקוסיעס נישט געווען, ווייל דאָ האָט מען געגוי געװוּסט ער עס איז אַ ייד און װאָס אַזױנס עס איז יידישע מוויק. דאָ זענען נאָר געווען חילוקי-דעות בנוגע די וועגן און מיטלען : וי אַזױ צו גיין העכער און העכער, וי אַזױ צו פאַרבינדן דאָס נייע מיטן אַלטן און וי אַזױ צו שטילן דעם דורשט נאָך אַ ניי װאָרט, אַ נייעם קלאַנג, אַ נייעם ;שיר השירים",

און אַזױ איז נוסח פּױלן אין דער יידישער מוזיק געקומען צום אויסדרוק הן אין בראָניסלאַוו הובערמאַנס עקשנותדיקן שטרעבן צו ,פּאַנאײראָפּעלזם? און הן אין זיין גרינדן דעם סימפאָנישן אָרקעסטער אין ארץ-ישׂראל, בכדי , צוגרייטן דעם באָדן פאַר אַ נייער מוזיקאַלישער קולטור, װאָס מיטן לויף פון דער צייט זאָל זי געבן דער מענטשהייט דעם גרויסן שעפער פון קלאַנגען": הן אין יצחק שלאָסבערגס ,רצה", מיט וועלכן גרשון סיראָטאַ האָט זיך אויסגעטענהט מיטן רבונו של עולם און הן אין מרדכי געבירטיגס ;דריי טעכטערלעך", צווישן וועלכע יעדער ייד האָט שטענדיק געפונען איינע, אַן ענלעכע צו זיין אייגענע טאָכטער; הן אין האַרציק-פריילעכן ;שושנת-יעקב"-ניגון פון מאָדזשיצער רבי, ר' שאול ידידיה אלעזר טאַוב און הן אין חלוציש-ריטמישן ,מחול-מסדה" פון ישׂראל פייווישיס ; הן אין די סענטימען- טאַלע טאַנגאָס פון הענריק גאָלד און יעזשי פּעטערסבורסקי און הן אין די פאָלקס- טימלעכע מעלאָדיעס פון משה שניאורס ,דריי נײטאָרינס" און הערץ רובינס ;רבנו תם".

איז דעריבער אונדזער אויפגאַבע אומצוקערן זיך כאָטש אין אַ געוויסער מאָס צו יענע װוערטן, יענעם שטייגער און יענעם מװזיקאַלישן אײגנאַרט, װאָס װאָלט אונדז געהאָלפן צוריק אַרױף אויפן דרך-המלך פון נוסח פּולן. און אויב מיין אַרבעט וועט טיילווייז צו דעם געבן אַ קליינעם ביישטייער -- װעל איך האָבן דערגרייכט מיין ציל,

דוד אײיזנשטאַט (1890---1942)

דער ארי שבחכבורה

אויב אָנצוהייבן מיט אַן אַלגעמײנעם סך- הכל, װאָלט איך מיט אַ פולן מויל געזאָגט; דעם אױיבנאָן צווישן די יידישע מוזיקערס אין פאַרמלחמהדיקן פּוילן האָט פאַרנומען דוד אייזנשטאַט. טעמפּעראַמענטפולער די- ריגענט, אויסדרוקפולער קאָמפּאָזיטאָר, אי- בערגעגעבענער פּעדאַגאָג און ענערגישער מוזיק-עסקן --- די אַלע האָבן זיך אין אים צונויפגענומען און אים געמאַכט פאַרן עמוד התווך פון דער יידישער מוזיק אין פוילן,

געווען איז ער אַ מענטש פון שטימונגען. אַ מאָל האָט ער אין זיך געדריקט דעם צער פון ליידנדיקן און אַ מאָל -- זיך געקוויקט מיט דער שמחה פון אַ צופרידענעם, אַן אַנדער מאָל -- איבערגעלעבט די אַנטוישונגען פון אַ דערשלאָגענעם, און נאָך אַן אַנדער מאָל -- מיטגעפלויגן מיט די פאַנטאַזיעס פון אַ פלועגדיקן. און אַזױ װוי אין געפילן, אַזױ אויך אין שטרעבונגען און אידעאַלן,

יאַ מאָל גלױיביק און מיסטיש, אונטערטעניק און נאָכגיביק, און אַן אַנדער מאָל -- נאָנקאָנפאָרמיסטיש און בונטאַריש, רעװאָלוציאָנער און קעמפעריש: אַ מאָל ניכטער און רעאַליסטיש, געמאָסטן און געווויגן, און אַן אַנדער מאָל --- אויפגעברויזט און עקזאַלטירט, פּאַטעטיש און התלהבותדיק,

אויך אין זיין קאָמפּאָזיטאָרישער שעפערישקייט איז ער געוען פילאַרטיק און פאַרשידנפאַרביק,

געשריבן מוזיק צו תפילות, איינגעהילטע אין סודות פון דרש און רמז און קאָמ- פּאָנירט מעלאָדיעס צו לידער פון אברהם רייזען און דוד אײנהאָרן, װאָס האָבן געאָטעמט מיט די אידעאַלן פון אויפואַכנדיקן יונגן יידישן דור : אַראַנזשירט פאַר כאָר און אַרקעסטער שאַפונגען פון בולטן סאָציאַלן אינהאַלט און געשריבן מוזיק צו ערנסטע טעאַטער-פאָרשטעלונגען, אויב זייער אינהאַלט איז געווען צוגעפּאַסט צו זיין געמיט און געדאַנקען-גאַנג,

געפירט דעם כאָר פון דער גרויסער סינאַגאָגע אין װאַרשע אויף טלאָמאַצקע-גאַס און געזאָרגט דערפאַר, אַז זיין גייסט זאָל זיין אַן עכט-טראַדיציאָנעלער און יידיש- נאַציאָנאַלער און דיריגירט דעם כאָר פון ;שול-קולט", װאָס זיין כאַראַקטער איז געווען אַן אױיסגעשפּראָכן וועלטלעך-יידישיסטישער און אָפּט אַפילו אַ פּראָלעטאַריש- מאָנערישער. געאַרבעט וי לערער פון געזאַנג אין די שולעס פון דער יידישער

32 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוױלן

קהילה און געווען אין כסדרדיקער פאַרבינדונג מיט די בעסטע פּעדאַגאָגישע כוחות אויפן געביט פון מוזיק-דערציונג אין לאַנד און זיך מיטבאַטײליקט אין זייערע נייע פאַכמענישע עקספּערימענטן,

געווען צייטן, ווען ער האָט זיך אָפּגעשלאָסן אין אייגענע ד' אמות, נישט געזען די וועלט פאַר זיך, נאָר ביחידות אױיסגעטראָגן דעם ווייטיק פון פאָלק און וועלט, און געווען צייטן, ווען ער האָט זיך אַרײנגעװאָרפן אין קולטור-געזעלשאַפטלעכער טעטיקייט און מיט זיין דינאַמישקײט באַװירקט די גאַנצע אָרגאַניזירטע יידישע מוזיק-באַװועגונג אין װאַרשע. אויסער דעם האָט ער זיך אויך פאַרמאָסטן אויף אַ גאָר גרויסע ליטעראַריש-מוזיקאָלאָגישער אַרבעט און אָנגעהויבן אַרױסגעבן אַ פּאָפּולערע מוזיק-ענציקלאָפּעדיע אין דער יידישער שפּראַך, װאָס האָט אַרױסגערופן די װאַ- רעמסטע אָפּקלאַנגען אין דער גאַנצער יידישער וועלט,

אַלזײטיק אין זיינע פאַראינטערעסירונגען און פּאָליטעמאַטיש אין זיין גייסטיקער שעפערישקייט, האָט ער אין זיך געטראָגן די ווערטן פון אונדזער דורותדיקער קולטור-ירושה. האָט יעדער יחיד געקענט אין אים געפינען עפּעס אַזעלכעס, װאָס איז אים געווען נאָענט און אייגן. װוער ס'האָט ביי אים געפונען דאָס מיסטישע און סאַקראַלע, און ווער -- דאָס אינטעלעקטועלע און סעקולערע: ווער --- דאָס חסידישע און ליטורגישע, און ווער --- דאָס משׂכילישע און מאָדערנע, װאָרעם אַלץ, װאָס האָנ געװאָרצלט אין פאָלק, האָט אויך געװאָרצלט אין אים, און דאָס אַלץ האָט ער איינ- גראַװירט אין זיינע קאָמפּאַזיציעס און אויסגעדריקט אין זיינע טוונגען. און אויב איך זאָג טווּנגען, מיין איך נישט די גרויסע מעשׂים, די פייערלעכע אַרױסטריטן און אָפיציעלע צוזאַמענטרעפן, נאָר די קליינע, טאָג-טעגלעכע פירונגען, די גרויע ,קטנות היום",

ווייל דוד אײיזנשטאַט איז געווען אַ מענטש מיט אַ גרויסן מאָראַליש-עטישן כוח, װאָס האָט מיט זיין פּערזענלעכקייט באַװירקט און באַלעבט זיין סביבה און אָנגעצונדן אַ פייער פון גלויבן אין די, וועלכע זענען געווען אין ספקות. ער האָט געפירט די יידישע מוזיק העכער און העכער און האָט מיט זיך מיטגעריסן די אַלע, װאָס האָבן אין איר געװאָלט זען אַן אָרגאַנישן טייל פון יידישן קולטור-לצבן,

ער איז געווען די צענטראַלע פיגור פון יידישן מוזיקאַלישן װאַרשע.

פון נאַשעלסק -- דורך אַ שטיק אײראָפּע -- ביז װאַרשע

אין דער היים פון נאַשעלסקער שוחט האָט געהערשט אַ שטרענג-רעליגיעזער רעזשים. און קיינער פון די קינדער האָט אַפילו נישט געװאַגט צו קלערן וועגן רייסן צוימען. איז אויך דוד געווען אַ חדר-יינגל און שפּעטער אַ ישיבה-בחור. געהאָלפן זיין פאָטער, דעם בעל-תפילה, בשעתן דאַװונען און געזונגען ביים שטעטלשן חזן אין די ימים-נוראים. די מחשבה איז געווען צו מאַכן פון אים אַ רב.

ווען דוד איז געװאָרן עלטער, האָט ער אָבער באַשלאָסן צו ענדערן זיין וועג. קודם- כל האָט ער זיך אַרױסגעריסן פון דער ענגער היים און אַזױי אַרום געװאָרן

דוד אײיונשטאַט 33

זעלבשטענדיק אין זיינע געדאַנקען און מעשׂים, און צווייטנס, האָט ער באַשלאָסן צו גיין נאָכן רוף פון זיין האַרץ און לערנען נגינה,

די ערשטע סטאַציע איז געווען דאָס שטעטל נאַװידװאָר, אויפן וועג קיין װאַרשע, װוּ עס איז דעמאָלט געווען חזן ר' אליעזר באָרוכאָװויטש, איינער פון די שענסטע געשטאַלטן אין פּוױליש-טראַדיציאָנעלן חזנות. און דאָ, אין דער מחיצה פונעם פּאַטריאַרכאַלן, הדרת-פּנימדיקן רבין, האָט ער אינגעזאַפּט אין זיך די שענסטע ווערטן פון מזרח-אײיראָפּעישן ;האַרץ-חזנות". ער האָט באַהערשט סאָלפעזש, מוזיק- טעאָריע און האַרמאָניע און האָט אויך גענומען דאָס דיריגענטן-שטעקעלע אין האַנט אַרײן,

צווישן דער גרויסער צאָל תלמידים, װאָס האָבן געלערנט חזנות און געזונגען אין כאָר פון ר' אליעזר באָרוכאָװויטש, זענען געווען דריי, וועלכע האָבן זיך אויסגעצייכנט און געהאַט געשלאָסן אַ חברישן דרייבונד. דאָס זענען געווען : יוסף באָרוכאָװויטש (שפּעטערדיקער אָפּערן-זינגער אונטערן נאָמען באָרין), אַ ייִנגערער ברודער פון רבין ; שמואל יצחק פאַטער (שפּעטער חזן, אַן אָפּשטאַמיקער פון מאַקעװע, מאַקוּוו- מאַזאָװויעצק); און דוד אייזנשטאַט. אַלע דריי האָבן געהערט צום ,הציץ-ונפגץ"- סאָרט, װאָס האָט אין געהיים געלייענט מאַפּוס אהבת ציון און סמאָלענסקינס התועה בדרכי החיים. האָבן זיי געווענדט זייערע בליקן צו אַנדערע װעלטן און געזוכט זייערע נייע אידעאַלן. זיי האָבן באַשלאָסן נישט צו זיצן מער אויף דער ישיבה-"באַנק און װאַרטן אויפן חסד פון די שיינע באַלעבאַטים, װאָס האָבן זֵיי געגעבן צו עסן ,טעג". זי האָבן גענומען דעם גורל אין די אייגענע הענט און יעדער האָט זיך געלאָזט אויף אַן אַנדערן וועג.

דוד אייזנשטאַט האָט לאַנג געװאַנדערט, ביז ער האָט זיך דערשלאָגן קיין בערלין, און אויך דאָ איז אים אַלץ שער אָנגעקומען, װייל ער האָט געמוזט פירן אַן אומאויפהערלעכן קאַמף פאַר מאַטעריעלן קיום,

ס'איז אים אָבער כדאי געווען. ער האָט דאָ געצויגן גייסטיקן שפּייז וויפיל ער האָט נאָר געװאָלט און געשטילט זיין ויסן-דורשט, טאַקע דאָ האָט זיך אױיסקריסטאַליזירט זיין טיפערער אינטערעס צו װאָקאַלער קונסט, וועלכער ער האָט באַשלאָסן זיך צו ווידמענען, און טאַקע דאָ האָט ער אָנגענומען די איבערצייגונג, אַז נאָר די קלאַנגען פון דער מענטשלעכער שטימע זענען דער דאָמינירנדיקער עלעמענט אין מלכות המוזיק. ריינע מוזיק איז נישט דאָס, װאָס דער מענטש באַקומט אַרױס מיט דער הילף פון מעדיום, דעם אינסטרומענט, נאָר דאָס, װאָס גייט אַרױס פון האַרץ און מוח, פון די טיפענישן פון דער נשמה,

דוד אײזנשטאַט איז געװאָרן כאָר-דיריגענט, און שוין אין יאָר 1909 האָט ער איבערגענומען די לייטונג פון כאָר אין דער ,גרויסער מויער-שול" אין האָמעל. נאָך דריי יאָר איז ער אַװעק קיין ריגע, װוּ ער האָט אין משך פון פיר יאָר אַנטװיקלט אַ ברייטפאַרצווייגטע מוזיק-טעטיקייט, אי אַלס דיריגענט פון כאָר, אי אַלס דיריגענט פון אַן אָפּערעטע-טעאַטער און נאָך דעם האָט ער מיט אַ װאַנדערנדיקן רוסישן טעאַטער געמאָסטן די ברייטע סטעפּעס פון אוקראַיַנע און װיײיסרוסלאַנד,

24 י. פֿאַטער / יידישע מוזיק אין פֿוילן

די צייטן זענען געווען שווערע. װוּ געטאָגט נישט גענעכטיקט. דער הונגער איז געווען זיין נאָענטסטער פריינד. די איינציקע באַרויַקונג איז פאַר אים געווען דער ספר. האָט ער געשלונגען פּושקינען און לערמאָנטאָון, געטע און היינע. און גאַנצע נעכט איז ער געזעסן איבער פּאַרטיטורעס פון די גרויסע מוזיק-קלאַסיקער, שטודירט די האַרמאָנישע גענג פון זייערע קאָמפּאָזיציעס, זיך באַמיט צו פאַרשטיין די מאָדן- לאַציעס פון איין טאָנאַרט אין צווייטן און אויסגעטייטשט מיט פאַרשידענע פּירושים די אינטערװאַלן און מעלאָדישע ליניעס פון זייערע שאַפונגען. געלערנט אַזױ לאַנג, ביז זיין שאַרפער גמרא-מוח האָט דערגרונטעוועט די סודותדיקע לאַבירינטן פון דער קאָמפּליצירטער מוזיק-לערע.

ערשט ביים סוף פון די מלחמה-יאָרן האָט ער געפונען אַ שטיקל מקום-מנוחה אין ראָסטאָוו ביים דאָן. ער איז דאָ געװאָרן כאָר-דיריגענט אין דער גרויסער סינאַגאָגע, װוּ עס איז געווען חזן אליהו זאַלודקאָווסקי. אַ ברודערלעכע פריינדשאַפט האָט זיך פאַרבונדן צװישן ביידע און מיט חסידישער התלהבות האָבן זיי איינגעשטעלט אַן עבודתיהקודש, װאָס איז געװאָרן אַ מוסטער פאַר די גרעסטע קהילות אין דער געגנט,

אין יאָר 1921 האָבן זיך צעשיידט די וועגן פון ביידע חברים. אליהו זאַלודקאָווסקי איז אַװעק קיין ווילנע און דוד אייזנשטאַט -- קיין װאַרשע. נאָך עטלעכע װאָכן איז ער איינגעלאַדן געװאָרן איבערצונעמען דעם פּאָסטן פון כאָר-דיריגענט אין דער גרויסער, אַזױ גערופענע ,דייטשישער" סינאַגאָגע אין װאַרשע אויף טלאָמאַצקע- גאַס,

דאָ האָט זיך אָנגעהױיבן זיין זיגרייכע הויכקינסטלערישע טעטיקייט, װאָס האָט זיך געצויגן ביזן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ער האָט זיך אַנטפּלעקט וי אַ גרויסער מייסטער אויפן געביט פון כאָר-לייטונג און װי אַ טיפער קענער און באַגרינדער פון דער מקורותדיקער יידישער מוזיק. זיינע פעיקייטן זענען גע- קומען צום אויסדרוק אין יעדער אַקטיװויטעט זיינער און דערפאָלגן האָבן אים באַגלײט אין אַלע זיינע מעשׂים.

זיין כאָר

ווער ס'האָט געהערט זינגען דעם סינאַגאָגע-כאָר אונטער דער לייטונג פון דוד אייזנשטאַט, כאָטש איין מאָל, דער ועט אין זיין לעבן דאָס געזאַנג נישט פאַרגעסן, די קרישטאָל-ריינע קלאַנגען און די קלינגענדיקע אַקאָרדן האָבן אין זיך פאַרמאָגט איבערערדישן צויבער. זענען דאָס געווען עלעגישע מעלאָדיעס, האָבן זיי באַלד אַרויסגערופן סענסיטיוו-טרויעריקע שטימונגען, זענען דאָס געווען אַלעגרישע מאָטיוון, האָבן זיי אַרױסגערופן פרייד און גוטן הומאָר. די וויברירונגען פון די לויטערע טענער, װאָס האָבן זיך געטראָגן אין דער לופט, האָבן אַרױסגערופן וויברירונגען פון די געפילן אין די הערצער, וי אַן עלעקטרישער פאָדעם װאָלט זיך געצויגן צווישן כאָר און צוהערער,

דוד אייזגשטאַט 25

אָט האָט זיך דאָס געזאַנג צעבלאָזן ביז דער העכסטער מדרגה פון עקספרעסיע און דראַמאַטישקײט, און אָט איז עס איינציקווייז אױיסגעלאָשן, ביז צום דין-דיגסטן עכאָ און װוידערקול. אָט האָט זיך צעטראָגן אַ מעלאָדיע, אַן אָנגעלאָדענע מיט שטורעם און גבורה, וי זי װאָלט זיך געריסן אין די הימלען, בכדי זיי איינצונעמען מיט כוח, און אָט האָט זיך געלאָזט הערן אַ מאָטיוו, פול מיט קינדישער שפּילעוו- דיקייט און מיט צאַרטער ליריק. נישט בלויז מעלאָמאַנען און מוזיק-אַמאַטאָרן זענען באַצױבערט געװאָרן, נאָר נאָך מער יודעי-דבר און ספּעציאַליסטן-זאַכקענער, װאָס האָבן אַלײן פּראָפּעסיאָנעל זיך פאַרנומען מיט װאָקאַלער קונסט. און אָפט האָט געטראָפן, אַז אַזעלכע מוזיקערס, וי איגנאַצי פּאַדערעװסקי (געוועזענער פּרעמיער- מיניסטער פון דער פּוילישער רעפּובליק), עמיל מלינאַרסקי, װאַלעריאַן בער- דיאַיעוו, אַדאַם דאָלזשיצקי און אַנדערע, האָבן זיך אַרײנגעכאַפּט אין דער סינאַ" גאָגע אַרײין, בכדי צו הערן דעם כאָר אונטער דער לייטונג פון דוד אייזנשטאַט, דער כאָר האָט געציילט אַריבער הונִדערט מענטשן, פון דעם זענען ביי אַכציק געווען ייַנגלעך, אין עלטער פון 9--13 יאָר, װאָס האָבן געזונגען די פּאַרטיעס פון סאָפּראַנאָ און אַלטאָ. זיי האָבן אויסגעפירט די דאָזיקע פונקציע בעסער וי פרויען אין געמישטע כאָרן. די סאָפּראַנען זענען אין דער אויבערשטער לאַגע דערגאַנגען מיט לייכטקייט צו דער דריטער ;,דאָ" און דערביי האָבן זיי אין ריינקייט פון אינטאָנאַציע דערגרייכט די גענויסטע פּרעציזקייט,

צום װינציקסטן אַרבעט האָט דער כאָר געהאַט ביים באַהערשן נייעם רעפּערטואַר, װאָס ס'האָט אָבער יאָ פאַרלאַנגט אָנשטרענג און מי, איז געווען דאָס קאָאָרדינירן די אַלע עלעמענטן, וועלכע באַשטימען די קװאַליטעטן פון אַ כאָר: ריכטיקער אָטעם-אַרײנצי און פּאַסיקער לופט-אַרױסלאָז, פאַרבנרייכקייט פון קלאַנג און איינ- הייטלעכער ריטעם, דיסציפּלינירטקײט פון מויל-באַװעגונגען און קלאָרע דיקציע. און אויף דעם אַלעם האָט דער דיריגענט מקפּיד געווען ביז אַ ,קוצו של יוד", און פאַרלאַנגט דעם מאַקסימום. אָפּט האָט געטראָפן, אַז די פּראָפּעסיאָנעלע זינגערס, באַקאַנטע אין װואַרשע סאָליסטן, האָבן נישט אַזױ שנעל אויפגענומען זיינע באַ- מערקונגען, אַ מאָל צוליב נישט-פאַרשטײן און אַ מאָל צוליב שװעריקייטן, ער האָט נישט רעזיגנירט און זיינס געמוזט אַדורכפירן. זיי האָבן די געגעבענע פראַזע אַזױ פיל מאָל געמוזט איבערחזרן, ביז זיי האָבן דערפילט זיין ווילן,

אַ גרויסער מפונק איז דוד אײיזנשטאַט געווען אין באַצוג צום רעפּערטואַר פון זיין כאָר. ער איז נישט געווען ביי דער מיינונג, אַז דער כאָר מוז זיך שטענדיק האַלטן ביים זעלביקן מוזיק-סידור, האָט ער גענומען פון אַלעם געפונענעם דאָס בעסטע. און אַזױ האָט מען אין אַ געויינלעכן שבת געקענט הערן ;ויהי בנסוע הארון" פון סאַלאָמאָן זולצער 1804--1890), עובנוּחה יאמר" פון לואיס לעװאַנדאָווסקי ,)1894---1821(‏ ,קדושה" פון דוד נאָװאַקאָווסקי (1848--1921) און נאָך אַנדערע. ער האָט אויך געפלעגט באַאַרבעטן און זינגען קאָמפּאָזיציעס פון די שטרענג- טראַדיציאָנעלע ניסן בעלזער-ספּיװאַק (1824--1906) און זיידל ראָװנער-מאַרגאָווסקי (1857---1943),

36 ' י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

בכדי צו וועקן אינטערעס צו דער יידישער מוזיק האָט דוד אייזנשטאַט יאָר יערלעך איינגעאָרדנט קאָנצערטן אין דער סינאַגאָגע, וועלכע זענען פאַרװאַנדלט געװאָרן אין גרויסע קונסט-ימים-טובים. דאָס גאַנצע מוזיקאַלישע װאַרשע, יידן װי קריסטן, זענען געקומען באַװונדערן די אָריגינעלע מוזיק-מאַניפעסטאַציע, װאָס האָט נישט געהאַט אירס גלייכן אין גאַנצן לאַנד און װאָס איז אָנערקענט געװאָרן, װוי די העכסטע דערגרייכונג אויפן געביט פון כאָראַלער קונסט אין פּוילן.

ר

איענין

תִּכְנִיח ט

בי

. ז 2 062 ה? זנער הת ה 2 דֶש 1 צעטזת 1:0/2080ער

: /עע א ע 1 6 1,1ט ת

יו

5 +* שּ שּ 8. ב 9 = 2 8 2 3 = וב 8 הֵ שֶׁתִּעָרֵךְ 3 = : 0 11 זא ופ 6צמעס + 3 : 6 סי ז=- , : : 5 בֵ בְּבֵית הַכְּנֵסֶת הַגְּדוֹל בְּוַרשָה 2 + צ8 עזג גענער א |8 3 תאר (? 146:6114 ז1:023) :}א 8 142 2 שר שער אַ ר חי : 8 != בִּיוֹם הָרִאשׁוֹן לְסֵדֶר וַיִּקְהֲליפַּקוּדי, 16 1921 א אוה 8 גנאג ,מממושמטוא שיר |8 8 1 7 8 5 אוֹר לְיוֹם כ' בַּאֲדֶר תּרצ"א (ונפו זוו 5) בִּשְׁעַת הָעֶשְׂרִים 80 .6024 0 ֿ = יה 'אי בי שי ם, = 8 9 צו 1 11 11 .1 :8 2 5 = 3 3 4 מַאֲרִיב 8 בְּנֵי הֵיכָלָא. .288סץוצו81ממץ 1164 8 8װז20סמ!שש שט/סטא { | סיים 2 עַל הַנָּטִים 9 עַל נַהֲרוֹת בָּבָל ,, זושאאס װופ? .9 צַאיסועָזוע אפאעזט :2 }8 כָ 51 , : 3 ++ 3 תּוֹרַת ד' תְּמִימָה 0 ד' מֶלֶך = יי 2 0 .אוא גיק 3 |א, 5 52 יי 8װ0ס0ח5810 /ת1168 2 . 1 5 1 אַגִי יִשְׁנָה 1681 הי ' 2 4 8 ר 4, יִשְׂמַח מֹשָׁה : בי 2 מלאל ואווא + צפאעזט .12 = 8 צא!/|ססוז 3 פֲ 5 בְּצֵאת יִשְׂרָאֵל 7 קבְיֵא בֶּן מהלן. : -הא/אלםגן .13 .1.6 *שואס 80 5 ל ער 6 רבנו של עוֹלם : 3. הַבְדֶלֶה 4481 646ואסקץנז? .14 .8102 ;פשׁואוחסן. 2 .6 א שִ די יו { 04 אֲשֶׁת.חַיֶל -5660046,, חזנוןזס!28ם 2 18 .8ן080 0088 .7 9 5 7 חַד גְיָא װ 5, הָכֵן הֶַָּל 119684 46/587 הוה , : 2 הָכֵן הַנֵ 8 3 1 /31082) 30 6 זי 1 1'14406:14‏ 4 אטי) = : הפ 9 אי 8 וצהיר הפרוגרטם 50 גדוש טעשט אוש

.752:12 760 .7 68צ88/0זב) ,מאשצוז שי ייהןמואו1ס,, צמום

איז דער כאָר פון דער , דייטשישער" סינאַגאָגע אין װאַרשע פאַררעכנט געװאָרן וי דער בעסטער, און זיין דיריגענט, וי איינער פון די אױטאָריטאַטיװוסטע -- און אפשר גאָר אױיטאָריטאַטיװוסטער ספּעציאַליסט -- אויפן געביט פון װאָקאַלער קונסט אין פּױלן,

דוד אײיזנשטאַט און לאָדאָװיקא ראָקאַ

אין יאָר 1925 האָט די דירעקציע פון דער װאַרשעװער אָפּערע אונטער דער אָנפירונג פון יאַנינאַ קאַרעלאָװיטש-װײדע באַשלאָסן אויפצופירן ש. אַנסקיס , דיבוק", מיט דער מוזיק פון איטאַליענישן קאָמפּאָזיטאָר לאָדאָװיקאַ ראָקאַ. דער קאָמפּאָזיטאָר, וועלכער האָט שוין געהאַט געשטעלט די אָפּערע אין איטאַליע, איז אויף דער איינלאַדונג פון דער װאַרשעװער אָפּערע געקומען קיין װאַרשע און מיט ענטוזיאַזם צוגעטרעטן רעאַליזירן זיין אויפגאַבע.

װי יעדער מוזיקער-גאַסט, װאָס איז פון אױיסלאַנד געקומען קיין װאַרשע, איז ער אין אַ שבת אַװעק אין דער סינאַגאָגע הערן דעם כאָר פון אייזנשטאַטן. ער איז אַזױ אַנטציקט געװאָרן פון דעם געזאַנג, אז ער האָט באַשלאָסן צו פאַרלאַנגען פון דער

דוד אייונשטאַט 21

אָפּערע-אָנפירונג איינצולאַדן דעם סינאַגאָגע-כאָר צו זינגען דעם פּראָלאָג און עפּילאָג פון דער פאָרשטעלונג. צוליב די אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין פּוילן איז דער דירעקציע נישט געווען אויף דער האַנט דאָס צו טאָן, אָבער ווען דער קאָמפּאָזיטאָר האָט פון דעם אָפּהענגיק געמאַכט זיין מיטאַרבעט -- איז די אָפּערע- לייטונג געצוװווּנגען געווען מסכים צו זיין מיט זיין פאָדערונג,

וועגן די צוגרייטונגען צו דער פּרעמיערע האָט מנחם קיפּניס געשריבן אין היינט פון 12טן מאַי 1935 :

...,קאַפּעלמײסטער דאָלזשינסקי, זאָגט מען, איז אַזױ אַדורכגענומען מיט דער צוגרייטונג פון ,/דיבוק", אַז ער עסט גאָר קיין מיטאָג נישט... און האָט ער פון איין פּראָבע צו דער צווייטער אַ שעה פרייע צייט --- לויפט ער אין טלאָמאַצקער סינאַ- גאָגע בייצוזיין די איינשטודירונג פון סינאַגאָגע-כאָר, וועלכער פירט אויס דעם פּראָלאָג און עפּילאָג פון דער אָפּערע".

די פּרעמיערע איז פאָרגעקומען מיטװואָך דעם 22סטן מאַי 1925, און אָט װאָס דער היינט האָט געשריבן -- צווישן אַנדערן -- באַלד צו מאָרגנס :

.עס זענען געווען אָנװועזנדיק די אָנגעזעענסטע פאָרשטייער פון דער יידישער און פּוילישער געזעלשאַפט, ליטעראַטור, פּרעסע, קונסט און טעאַטער-וועלט.

;דבוק" אַלס אָפּערע מאַכט זייער אַ שטאַרקן רושם. די פאָרשטעלונג איז אומגעוויינלעך זאָרגפעלטיק צוגעגרייט און איז אויסגעשטעלט געװאָרן מיטן גרעסטן פּיעטעט, שטרענג אין סטיל פון אַנסקיס דראַמע. אין לעצטן אַקט, ביים אַפּאָטעאָז, הענגט אויף דער בינע די אויפשריפט : ,דע לפני מי אתה עומד! לפני מלך מלכי המלכים, הקדוש ברוך הוא !. בכלל איז די אָפּערע זייער אַ פאַרביקע, באַזונדערס פּרעכטיק און איינדרוקפול איז דער באַלעט אין צווייטן אַקט..,

פיל מאָל זענען אַרויסגערופן געװאָרן דער קאַפּעלמײסטער דאָלזשיצקי, די דירעק- טאָרין פון דער אָפּערע קאַרעלאָװיטש-װײידע, דער דיריגענט פון סינאַגאָגע-כאָר אײיזנשטאַט און דער קאָמפּאָזיטאָר ראָקאַ, װאָס איז ספּעציעל געקומען קיין װאַרשע און אָנטײילגענומען אין דער צוגרייטונג פון דער אָפּערף..

אַ טאָג שפּעטער, פרייטיק דעם 24סטן מאַי 1925, האָט מנחם קיפּניס געשריבן אַ גרעסערע אָפּהאַנדלונג וועגן דער אויפפירונג. צווישן אַנדערן האָט ער געשריבן :

2 יידישע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געשוויגן. דער פאַרשטאָרבענער ענגעל האָט יוצא געווען מיט אַ סויטע פון צען מוזיק-נומערן צום ;דבוק". אַלע אַנדערע האָבן נישט געהאַט קיין כוח אונטערצונעמען אַזאַ קאָלאָסאַלע אַרבעט. האָט זיך אויף דעם דאָזיקן קװואַל פאַר קינסטלערישער שאַפונג געװאָרפן אַ קריסט, אַ קאַטאָליק, דער יונגער מאָדערניסטישער איטאַליענישער קאָמפּאַזיטאָר לאָדאָװיקאַ ראָקאַ. און געװאָרפן האָט ער זיך מיטן גאַנצן פייער פון זיין נשמה און האָט די אָפּערע געשאַפן און מיט איר גענומען דעם ערשטן פּרײז אויפן אָפּערע-קאָנקורס אין מילאַנער טעאַטער ;לאַ סקאַלאַ".

און רעדנדיק וועגן דעם צושטייער פון דוד איזנשטאַט צום דערפאָלג פון דער אונטערנעמונג, האָט ער געשריבן :

38 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

,אייזנשטאַטס כאָר פון סינאַגאָגע האָט מיט זיין שיין זינגען אין פּראָלאָג און עפּילאָג צוגעגעבן דער גאַנצער זאַך אַ פאַנטאַסטישע ראַם פון הײיליקיליטורגישן קולט. ער האָט אָנגעהויכט מיט נגינה די עולמות העליונים",

בשעת זיין וויילן אין װאַרשע איז דער איטאַליענישער מוזיקער געװאָרן אַ נאָענטער פריינד פון דוד אײיזנשטאַט. ער האָט זיך צו זיין עלטערן קאָלעגע באַצױגן מיט גרויס יראת הכבוד און פלעגט אים כמעט יעדן טאָג באַזוכן אין זיין היים. און די דאָזיקע פריינדשאַפט, װאָס איר אויסדרוק איז געווען אַן אינטערעסאַנטע און סטאַבילע קאָרעספּאָנדענץ, האָט צווישן ביידע אָנגעהאַלטן ביזן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה,

זיין קאַמפּאָזיטאַרישע טעטיקייט

דוד אײיזנשטאַט האָט געהערט צו די קאָמפּאָזיטאָרן, וועלכע האָבן געהאַלטן, אַז דער פּראָצעס פון קאָמפּאָזיטאָרישן שאַפן איז נישט בלויז אַן אויסדרוק פון ספּאָנטאַנישן געפילן-אויסגוס, נאָר אויך אַ קאָנסעקווענץ פון אינטעלעקטועלן וויסן. דער מוזיק- שאַפער מוז פאַרמאָגן דעם געהעריקן באַגאַזש קענטעניש אויף אַרינצונעמען זיינע עמאָציאָנעלע איבערלעבענישן אין די נויטיקע טעכנישע ראַמען. מוז ער, אַחוץ סענטימענטן, װאָס קומען פון האַרצן, אויך האָבן אידעע און מחשבה. און ער האָט דאָס געהאַט. זיינע קאָמפּאָזיציעס זענען געווען א פרוכט פון פאַרטיפטער מחשבה,

ער האָט געװוּסט, אַז עס זענען פאַראַן געוויסע נאָרמעס, וועלכע באַשטימען דעם כאַראַקטער פון דער יידישער מוזיק. האָט ער זיך באַמיט די דאָזיקע אָפּצוהיטן און נאָך צוצוגעבן עפּעס אייגנס, און דאָס דאָזיקע אייגענע איז געווען דער תנ"כישער מעלאָס, וועלכן ער האָט ליב געהאַט און וועלכער האָט זיינע שאַפונגען געגעבן מאָדאַלע באַפאַרבונג,

ער איז געווען אַ געשוווירענער פּאַליפאָניסט און זיינע כאָר-קאָמפּאָזיציעס זענען בעיקר געווען געבויט אויף די אײיראָפּעיישע העפּטאַטאָנישע טאָנאַרטן, אָבער עס האָבן זיך אָפּט ביי אים דורכגעשלאָגן פּענטאַטאָנישע עכאָס פון אַלטן אַמאָל און עס האָבן זיך צו מאָל געלאָזט הערן נייע כראָמאַטישע גענג פון דאָדעקאַפאָנישן באַ- ראַקטער, וועלכע האָבן עדות געזאָגט וועגן זיינע קאָנטאַקטן מיט דער מאָדערנער מוזיק. װאָרעם דוד אייזנשטאַט איז מיטגעגאַנגען מיטן שטראָם פון דער צייט. עס איז אַפילו באַקאַנט געווען, אַז ער איז אַן אָנהענגער פון אַרנאָלד שענבערגס אַטאָ- נאַלער מוזיק און ער אַליין האָט געזוכט וועגן פאַר נייער האַרמאָניזאַציע און פרישע שאַפונגס-פאָרמעס, |

און אין דעם גייסט האָט ער געשריבן זיין מוזיק צו ה. לייוויקס ,,גולם", װאָס איז אויסגעפירט געװאָרן אין דער פּוילישער שפּראַך דורכן מלוכישן ,, טעאַטר פּאָלסקל" אין װאַרשע. דער לאַנגיעריקער דירעקטאָר פונעם טעאַטער, אַרנאָלד שיפמאַן, האָט דאָס מאָל געברענגט דעם בעסערן טעאַטער-באַזוכער אַ ספּעקטאַקל, וועלכער האָט אים אַריינגעפירט אין דער וועלט פון מיסטעריע און פאַנטאַזיע. די פאָרשטעלונג

דוד אייזגשטאַט : | 29

איז צוגעגרייט געװאָרן מיט גרויסן פאַרנעם. מאָדערניזירט אין דער אויפפירונג, אָריגינעל אין רעזשי, פאַרזען מיט די נייעסטע רעקוויזיטן און ליכט-עפעקטן, און צו דעם נאָך, איז זי פאָרגעקומען אין קאָלאָסאַלן זאַל פון װאַרשעװער צירק אויף אָרדינאַצקע-גאַס, װאָס דאָס אַלײין האָט שוין אַרױיסגערופן אַ ספּעציעלן אינטערעס און געגעבן דער פאָרשטעלונג אַ ספּעציעלן כאַראַקטער. זי איז פאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַן עקספּערימענט פון טעאַטראַלער קונסט,

די מוזיק פון דוד אייזנשטאַט איז געווען געבויט אויף עכט-יידישע, טראַדיציאָנעלע מאָטיוון און האָט אין זיך אַנטהאַלטן עלעמענטן פון אונדזערע אַלטע ניגונים, ער האָט זי אָבער דערלאַנגט אויף אײראָפּעישע טעלערלעך און אויף אַזאַ אופן אַז אונדזער אַלט-מזרחדיקער טענער-פּייזאַזש האָט זיך דאָ אויסגעמישט מיט דער אַלגעמײנער טענער-וועלט פון גאַנצן אַרום. ער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז נישט אומעטום מוז יידישע מוזיק אַרום זיך שטראַלן מיט תורה-ריחות, נישט אומעטום מוזן די קלאַנגען זיין געטלעך-רויק און אַרויסדרינגען איינער פון צווייטן,

האָט ער דאָ פאַרפלאָכטן אינטערװאַלן, װאָס האָבן אויסגעדריקט טראַנסצענדענטאַלן אומרו און אַרױסגעברענגט מעלאָדישע גענג, וועלכע האָבן אויף אַ קאַנדענסירטן אופן פאַרצייכנט מוזיקאַלישע מחשבות פון גאַנצע דורות.

די מוזיק פון דוד אייזנשטאַט צום ,גולם" פון ה. לייוויק איז געווען איינער פון די עלעמענטן, וועלכע האָבן דער פאָרשטעלונג געברענגט דערפאָלג און זי אַרױסגערוקט אויפן פאָדערגרונט פון די דעמאָלטדיקע טעאַטער-דערגרייכונגען אין פּולן,

אַ גרעסערע קאַנטאַטע האָט ער קאָמפּאָנירט צום טעקסט פון מאַריאַ קאָנאָפּניצקאַ: ;איז אַװעק צום קריג דער מלך", אין דער יידישער איבערזעצונג פון אַ. רייזען, די מוזיק צום ערשטן טייל -- װוּ עס רעדט זיך וועגן די מאַרשירנדיקע חיילות פון מעכטיקן קעניג -- איז געווען װי אַ שטענדיק:װאַקסנדיקער סיקאָיאַ-בױם; די מעלאָדיע איז דאָ פון טאַקט צו טאַקט געװאַקסן, געװאָרן שטורמישער און קלינגענ- דיקער, די ריטמען -- ברייטערע און פייערלעכע. דער צווייטער טייל -- אין וועלכן ס'ווערט געשילדערט דער פּשוטער סאָלדאַט, דער פּויער סטאַך -- האָט בולט דעמאָנסטרירט דעם טרויער פון האָפענונגסלאָזן קליינעם מענטש צװאַמען מיטן געיאָמער פון דער נאַטור. דער אָפּקלײב פון די טענער און די ווייכע נאָכגיביקע ריטמען האָבן דאָ קלאָר געמאָלט געוויין און אָפּהענטיקײט. די מוזיק האָט גערעדט צום האַרצן פון יעדן איינעם, װאָס האָט זי געהערט.

דוד אײיזנשטאַט איז פון דער נאַטור געווען אַן אינדיװידואַליסט און אין זיין קאָמ- פּאָזיטאָרישער שעפערישקייט האָט ער זיך באַמיט צו געפינען אייגענע פונקען און פונאַנדערװיקלען אייגענע קאָנצעפּציעס. ער האָט זיך קיין מאָל נישט באַנוצט מיט פאָלקלאָר-מאָטיוון. ער האָט אָבער מיט גייסטיקן גענאָס אַראַנזשירט פאַר כאָר אַזעלכע לידער, װאָס האָבן פאַרמאָגט אַריגינעלן מוזיקאַלישן שטאָף און גערעדט צו זיין געמיט. און אַזױ האָט ער באַאַרבעט ;הוליעט, הוליעט בייזע ווינטן" פון אַ. רייזען, ;העמערל, העמערל קלאַפּ* פון אַ. רייזען, מוזיק פון אַ.מ. בערנשטיין און ;צמאה לך נפשי", טעקסט פון תהלים, אַ חבדישער ניגון. די דאָזיקע באַקאַנטע

40 י. פאַסער / יידישע מוזיק אין פּוילן

פאָלקסלידער זענען דורך זייער טיף-אַרטיסטישער האַרמאַניע-באַקלײדונג פאַר- װאַנדלט געװאָרן אין פּערל פון יידישן ערנסטן װאָקאַלן כאָר-רעפּערטואַר און זענען געזונגען געװאָרן דורך די בעסטע יידישע כאָרן אין דער וועלט. (פאַר ,הוליעט, הוליעט" איז ער פּרעמירט געװאָרן פון פיידישן קולטור-פאַרבאַנד* אין ניו-יאָרק),

ער האָט אויך געשאַפן אַ סך קאָמפּאָזיציעס פון ליטורגיש-סינאַגאָגאַלן כאַראַקטער, וועלכע האָבן זיך צעטראָגן איבער די יידישע קהילות אין גאָר דער וועלט. זיין ;קבלת שבת" און ,קדושות", זענען געזונגען געװאָרן אומעטום, װוּ עס האָבן עקזיסטירט כאָרן, װאָס זענען געווען ביכולת צו זינגען ערנסטע שאַפונגען. דאָס זענען געווען קאָמפּאָזיציעס, געשריבענע אין באַכיאַניש-כאָראַלישן סטיל, װאָס פון אָנהייב ביזן סוף האָבן זיי געהאַלטן דעם צוהערער אין אַ שטימונג פון דערהויבונג און קדושה.

אָבער נישט די שבתדיקע און יום-טובדיקע תפילות זענען דאָס געווען די, וועלכע האָבן בעיקר געצויגן זיין אויפמערקזאַמקײט. בעיקר האָבן אים געצויגן טעקסטן זייטיקע, על-פּיירוב נישט-באַמערקטע. אָט האָט ער זיך גאָר אויסגעזוכט דעם אַראַמישן אַקראָסטיך ,בני היכלא", װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן אין 16טן יאָרהונדערט פון איינעם פון אונדזערע גרעסטע מקובלים אין צפת, ר' יצחק לוריא (דער אר"י הקדוש) און אים פאַרװאַנדלט אין אַ קאַנטאַטע. דער דאָזיקער טעקסט, וועלכן חסידים פלעגן אין בין:השמשותדיקע שלוש-סעודותן זינגען וי זמירות, האָט מיט זיין מיסטישן תוכן אימפּאָנירט דעם קאָמפּאָזיטאָר און דאָס האָט אים באַווויגן צו שאַפן אַ קאָמפּאָזיציע פון גרויסן מוזיקאַליש-קינסטלערישן קאַליבער.

נאָך גרעסער אין פאַרנעם און װאָגיקער פון שאַפונגס-שטאַנדפּונקט איז געווען :חד גדיאָ?. דאָס איז געווען אַ מוזיקאַלישע פּאָעמע, געבויט לויטן מוסטער פון אַ סאַנאַטע, דער ערשטער דערציילערישער טייל האָט געהייסן ;אַללעגראָ סקערצאַנדאָ? (8006128060 8116870), און דער צווייטער, פאַרבינדנדיקער, װאָס איז געװוען געבויט אויף תלמודישע מאָטיוון, האָט געטראָגן די באַצייכענונג אאַנדאַנטינאָ? (סמ1/מ62מ8). דער דריטער טייל אלאַרגאָ? (80ז18) האָט פאָרגעשטעלט דעם קאַמף צװוישן מלאָך המוות און שוחט און דער לעצטער ;אַנדאַנטע מאַעסטאָזאָ? -- (21268/080 06מ8002) -- דעם ענדגילטיקן זיג פון דער גערעכטיקייט איבער רשעות. |

אַנדערע באַקאַנטע שאַפונגען זיינע זענען געווען ;העברעישע סויַטע" פאַר אָרקעס- טער און ;שכולה אכולה", אַן עלעגיע אויף אַ טעקסט פון די יוצרות פון פערטן שבת, װאָס צווישן פּסח און שבועות,

- דער שאַפונגס-פּראָצעס פון דוד אייזנשטאַט איז געווען אַ פּאַמעלעכער. ער האָט געהאַט אַ גרויסן אחריות-געפיל פאַר יעדער אָנגעשריבענער נאָטע. האָט אים זיין פריינד, דער באַקאַנטער פּוילישער מזיקער- פּראָפּעסאָר װאַלעריאַן בערדיאַיעװו געמוסרט און פאַרלאַנגט פון אים אָפּצודרוקן די שאַפונגען. די מלחמה האָט אָבער צעשטערט אַלע פּלענער און די מערהייט כתב-ידן זענען אַװעק אין פלאַמען.

דוד איײיזנשטאַט 41

כאַראַקטעריפטיק און פרטים

אַ הויכער און ברייטבייניקער -- האָט ער מיט זיין אויסערלעכקייט געמאַכט דעם איינדרוק פון אַ שטרענגן און גלייכגילטיקן צו מענטשן. אין דער אמתן איז עֶר געווען אַ נוח לבריות און אַ גוטמוטיקער, האָט געזוכט אַ געלעגנהייט אַן אַנדערן צו העלפן און ביי יעדן מעגלעכן פאַל געשטיצט זיינע חברים און ידידים,

אין פרייע מינוטן פלעגט ער זיך אַרײנכאַפּן אין ,,פּיקאַדילי"-רעסטאָראַן אויף ביע- לאַנסקע-גאַס, בכדי צו כאַפּן אַ בליק אויף זיינע קאָלעגן. אין די אָװונטן האָט ער זיך אַרײינגעגליטשט אין דער אָפּערע, אַװעקגעזעצט זיך אויפן פערטן שטאָק אין אַ ווינקל און אָנגעלענטערהייט -- נישט קוקנדיק אַפילו אויף דער בינע -- איינגעזאַפּט אין זיך די קלאַנגען פון אָרקעסטער,

ביי זיין שטענדיקער פאַרנומענקייט, האָט ער נאָך געפונען צייט פאַר פאַרשידענע פּראָפּעסיאָנעלע אנְן געזעלשאַפטלעכע טעטיקייטן:

ער האָט אויפגענומען זינגערס, זיי אויסגעהערט, געשטעלט דיאַגנאָזעס בנוגע זייער שטימע-מאַטעריאַל און געעצהט, וי אַזױ צו אַנטװיקלען די איינגעבוירענע פּאָטענ- ציעלע געזאַנג-כוחות. (האָט אָפט געטראָפן, אַז פון אַ באַריטאָן איז שפּעטער געװאָרן אַ טענאָר און פון אַ טענאָר אַ באַריטאָן,

ער איז געווען צווישן די גרינדערס פון דער ,יידישע מוזיק-געזעלשאַפט" און אַן ענערגישער מיטבויער פון ;װואַרשעװער מוזיק-אינסטיטוט", װאָס האָט זיך געשטעלט פאַר אַ ציל צו אַנטדעקן יונגע יידישע מזיק-טאַלענטן און זיי העלפן שפּעטער

אויסבילדן, יי יי יט ער האָט צוזאַמען מיט אַ. פּראַגער אַרױס- } ץ געגעבן אַ פּאָפּולערע יידישע מוזיק-ענ- װאַ ל ג ע מ ײ גנ ע ר א ציקלאָפּעדיע אונטערן נאָמען אַלגעמיינער א

| מוּזיקָ-לֶעקְסִיקָאָן |

מזיק-לעקטיקאָן, װאָס האָט אין אַ קאָנ-

דענסירטער שפּראַך איבערגעגעבן די יי ו טרעפלעכסטע דעפיניציעס און אינפאָר- ערשטע ידישע פּאָפוּלערע ‏ }{ מאַציעס וועגן מוזיקערס און מוזיק-פּראָ- מװיקענציקלאָפּעדיע = | בלעמען, װי: טערמינען, היסטאָריע און וּ 0 מויקאָלאָניע. אַ שאָד נאָר, װאָס נאָכן | בארג 7 דריטן העפט, איז דער וויכטיקער אויפטו || ד איעשטאט = א ראנלר || אָפּגעשטעלט געװאָרן צוליב מאַנגל אין !! יי הש מאַטעריעלע מיטלען. : ( און צום סוף: עֹר האָט רעפּרעזענטירט } וו העפש 1

דעם יידישן מוזיקער-כלל כלפּי פּנים און 0 כלפּי חוץ און פלעגט אָנטײיל נעמען אין ו פאַרשידענע אונטערנעמונגען פון אַלגעמײ- " דיא ר שע נעם קולטור-געזעלשאַפטלעכן כאַראַקטעך, (861שושה הנהנ

42 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּולן

אַפילו אין די פינצטערע געטאָדטעג איז ער נישט געזעסן מיט פאַרלײיגטע הענט. ער האָט געגרינדעט דעם יידישן סימפאָנישן אָרקעסטער און אין ,פעמינאַ-טעאַטער אויף לעשנאַ-גאַס האָט ער געגעבן עטלעכע קאָנצערטן. ס'האָט מיטגעזונגען וי סאָליסטין זיין טאָכטער, מרים, די אַזױ גערופענע ;נאַכטיגאַל פון געטאָ". געקלערט --- װי ס'האָבן דאָס געטאָן טויזנטער יידן -- זיך אַרױסצולאָזן אויף אַ װאַנדערװעג קיין רוסלאַנד. ער האָט זיך אָבער צוגעהערט צו דער שטים פון זיין פרוי און פאַרבליבן אין װאַרשע. בשעת איינער פון די אַקציעס אין יאָר 1942 איז ער אומגעקומען צוזאַמען מיט איר.

פאַר זייערע אויגן איז דערשאָסן געװאָרן זייער איין-און-איינציקע טאָכטער, װאָס האָט נישט געװאָלט געניסן פון קיינעמס חסדים, נאָר זיך געריסן אַרײנצוקריגן אין אָנגעפּראָפּטן שטאַל-װאַגאָן, בכדי צו שטאַרבן צוזאַמען מיט טאַטע-מאַמע.

ביבליאַנראַפיע

4 שליטא-שטייניץ: אנציקלופדיה למופיקה -- הוצאת יהושע צ'צייק, תל-אביב 0 (ז' 42),

2 י שליטא: המוסיקה היהודית ויוצריה -- הוצאת צ'צייק, תליאביב, 1960 (ז' 185),

נתן סטאָלניץ: נגינה אין יידישן לעבן -- טאָראָנטאָ -- 1957 (ז"ז 43, 101, 102, 7.

4 לעקסיקאַן פון דער נייער יידישער ליטעראַטור -- אַלװעלטלעכער ייד. קולטור קאָנגרעס, ניודיאָרק 1956 (ז' 67).

5 יאַנאַס טורקאָוו: פאַרלאַשענע שטערן -- באַנד 1, צענטראַליפאַרבאַנד פון פּױלישע יידן, בוענאָס-איירעס, 1952 (ז' 68).

6 מלך ניישטאַט: חורבן און אויפשטאנד פון די יידן אין װאַרשע -- אַלגעמײנער ייד. אַרבעטער אַָרגאַניזאַציע (הסתדרות) און ייד. נאַצ, אַרב. פאַרבאנד, תל-אביב 1948, (זי 234).

7. לידער פֿאַר געמישטן כאַר : צונויפגעשטעלט פון י. ג ער ש טיין, וילנע 1937, (ז"ז 20, 21, 22).

8 היינט פון 23סטן מאַי 1935,

9 מ. קיפּניס: הינט פון 24סטן מאַי, 1935.

28.9.1930 .0‏ שמ8טשיסי11086 21268186 8852זז

8957 21:268186 שמ84טוס/11086‎ 60.12.1931 ,1

2 10.12.1932 , שמ8טי0ז11081 21269180 232 זא

(זי 298) 1993 צסצ שסאן :810טזעת 16018, 01 0108מ0מ4, :סטיגהמנטר ס1גע6תס

4 די חזנים וועלט, װאַרשע, נאָוועמבער 1922 (ז"ז 9, 12), דעצעמבער 1933 (ז' 12), און אין אַנדערע נומערן.

5, די שול און די חזניםיווטלט, ואַרשע, מערץ 1927 (ז' 11); סעפּטעמבער 1937 (ז"ז 6, 17) און אַנדערע.

6 עמנואל רינגעלבלום: כתבים פון נעטאַ, באַנד צוויי, יידישער היסטאָרישער אינסטיטוט, פאַרלאַג , יידיש-בוך" װאַרשע 1963 (ז' 74).

7, 2/8סשע111560 .מזסג1 .296 ./מ06 ...0810 16216ט 1688 :102טינס .21 81מסנזעז

(ז' 15) 141216060,1947 ,1,002 ,8טיגעפזנ8עט ,.2.2. 0.4 שאזק

אנציקלופּדיה של גלויות, עורך יצחק גרינבוים, כרך ראשון ורשה, ירושלים---תל-אביב

3 (ז"ז 313, 315, 630).

ב; סס

מאַריסיאַ (מרים) אייזנשטאַט (1921---1942)

נישט פאַראַן, דאַכט זיך, קיין דאָקומענ- טאַריש בוך וועגן װאַרשע אין דער תקופה פון דער נאַצי-אָקופּאַציע, אַז איר נאָמען זאָל נישט דערמאָנט װוערן מיט פּיעטעט. אין אַלע אָפיציעלע שילדערונגען, אין אַ סך זכרונות-באַשרײיבונגען און אין פיל עדות-דערקלערונגען פון ביים לעבן גע- בליבענע יידן, פיגורירט איר נאָמען צווישן די, וועלכע האָבן מיט גאָלדענץ אותיות זיך פאַרשריבן אין יענעם טראַ- גישן פּעריאָד פון אונדזער געשיכטע. ;וי אַ מעטעאָר האָט אויפגעלויכטן די פענאָמענאַלע זינגערין מאַריסיאַ אייזן- שטאַט, די טאָכטער פון דיריגענט פון װאַרשעװער סינאַגאָגע-כאָר. זי איז דערהרגעט געװאָרן דורך ס.ס. מענער בשעת אַ ,ליקװידאַציע-אַקציע? -- אַזױ האָט געשריבן ד"ר עמנואל רינגלבלום אין זיין באַריכט װועגן דער קולטור-אַרבעט אין געטאָ, וועלכער איז מיט דער הילף פון דער אונטערערדישער אָרגאַניזאַציע אַרױסגעשיקט געװאָרן קיין ניו-יאָרק פאַרן יידישן װיסנשאַפטלעכן אינסטיטוט,

אין זיין בוך: חורבן און אויפּשטאַנד פון די יידן אין ואַרשע שרייבט װעגן איר מלך נײישטאַט צווישן אַנדערן: ,ביי יעדער פון אירע אויפטרעטונגען פלעגן מאַסן אָנפילן דעם גרויסן טעאַטער-זאַל , פעמינאַ" אויף לעשנאָ-גאַס, װוּ עס זענען געווען ביי טויזנט פּלעצער. אין דעם טעאַטער פלעגט אויך אויפטרעטן איר פאָטער מיט אַ סימפאָנישן אָרקעסטער, וועלכן ער האָט געשאַפן. זי פלעגט אויך אויפטרעטן אַלס סאָליסטן אין סימפאָנישן אָרקעסטער אונטער דער לייטונג פון די דיריגענטן שמעון פולמאַן און מאַריאַן נויטייך. איר שטענדיקער באַגלײטער איז געווען איגנאַצי ראָזענבאַום, אַ קינסטלער מיט אַ װעלט-נאָמען. זי פלעגט זיך אויך באַטײליקן אין קאָנצערטן, װאָס די אונטערערדישע באַװעגונג פלעגט אײנאָרדענען".

וועגן איר טויט שרייבט יאָנאַס טורקאָוו אין זיין בוך פאַרלאָשענע שטערן: אווען מרים אייזנשטאַט, אַלס יונג, בליענדיק מיידל, װאָלט זיך געװאָלט צעשיידן מיט אירע עלטערן, װאָלט זי, קען זיין, נאָך געקענט אָפּגעראַטעװעט ווערן (אויף אַ קורצע צייט), זי איז אָבער געווען אַזױ שטאַרק צוגעבונדן צו אירע עלטערן, אַז אָן זי האָט זי נישט געװאָלט לעבן. ווען די דייטשן האָבן זיי אויפן ,אומשלאַגפּלאַץ* פונאַנדער- געטיילט, און דוד אייזנשטאַט -- דער פאַרדינסטפולער יידישער קאָמפּאָזיטאָר און כאָר-דיריגענט -- איז צזאַמען מיט זיין פרוי אַרײנגעשטופּט געװאָרן אין אַן

44 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

איבערפולטן פי-װאַגאָן, האָט מרים, וועלכע האָט געדאַרפט אַריין אין אַ צווייטן װאַגאָן, זיך געריסן צו זיי. הגם דער גאַנצער טראַנספּאָרט איז באַשטימט געװאָרן קיין טרעבלינקע אין די גאַזיקאַמערן אַרײן, און דער גורל פון אַלע װאַגאָנען איז געווען איין-און-דער זעלביקער און פון פאָרויס באַשטימט -- האָט מרים אַפילו אין די לעצטע מינוטן זיך אויך נישט געװאָלט שיידן מיט אירע נאָענטסטע. שוין ביים סאַמע אַרײנגאַנג פון װאַגאָן, װוּ אירע עלטערן זענען געווען, האָט אַ דייטשע קויל צו איר יונג, בליענדיק, פיל-צוזאָגנדיק לעבן אַ סוף געמאַכט?.

זי איז באַקאַנט געווען װי ;די נאַכטיגאַל פון געטאָי און מיט איר זינגען האָט זי באַצױבערט די צוהערער. זי איז באַשאָנקען געווען מיט אַן איבערנאַטירלעכן כוח פון שטימע און אינטערפּרעטאַציע, װאָס האָבן איבערצייגט און מיטגעריסן. די ווייכקייט פון איר שטימע-טעמבער און די האַרציקע פאָרטאַמענטאָס, --- וועלכע זענען ביי איר געווען אַ רעזולטאַט נישט בלויז פון בילדונג, נאָר אויך פון איינגע- בוירענעם טאַלאַנט -- האָבן אַרױסגערופן באַגײסטערונג. זי האָט געקענט זיין טיפּיש יידיש און אַרױסברענגען אין אַ פאָלקסליד דעם כאַראַקטעריסטישן עקס- פּרעסיע-פולן יידישן קרעכץ און גלייכצייטיק דיסטינגירט און עלעגאַנט און אויספירן די שווערסטע אַריע פון ,מאַדאַם באַטערפלײי", אָדער ,טראַװיאַטאַ". זי איז געווען מוזיקאַליש אויסגעהאַלטן נישט נאָר אין אויסגעלערנטן און אויסגעבילדעטן מאַטער- יאַל, נאָר זי האָט אויך געהאַט אייגענע אינווענץ און מען האָט איר געקענט אָנפאַרטרױען אַן אַד ליביטום (פרייע אימפּראָװויזאַציע), מיט וועלכן זי האָט קיין מאָל נישט מיסגעברויכט. אַחוץ די אַלע קװאַליטעטן אירע, איז מרים אייזנשטאַט געווען אַ זייער שיינע, האָט פאַרמאָגט אַ סך אויסערלעכן חן, געווען העפלעך און עלאָקװענט אין געזעלשאַפט, באַשײידן און גוט דערצויגן. האָט זי טאַקע בשעת אירע אַרױסטריטן אויך געװירקט מיט איר גראַציעזער און שטראַלנדיקער געשטאַלט און אַרױיסגערופן צו זיך רעספּעקט.

צ

מרים אייזנשטאַט איז געבוירן אין יאָר 1921. שוין וי אַ יונג קינד האָט זי אַרױיס- געוויזן מוזיקאַלישע פעיקייטן, אָבער דער פאָטער האָט זי נישט געװאָלט מאַכן פאַר קיין װוּנדערקינד. זי האָט באַקומען אַ גרינטלעכע מוזיקאַלישע דערציונג און איר פּיאַנאָדלערער איז געווען דער באַקאַנטער מוזיקער-פּעדאַגאָג פון דער מוזיק- הויכשול אנ. פון שאָפּען אין װאַרשע, דער פּוילישער פּראָפּעסאָר זביגניעוו דזשעוויעצקי,

איר אַלגעמײנע בילדונג האָט זי באַקומען אין דער באַקאַנטער אין װאַרשע מיידלעך- גימנאַזיע ;יהודיה" אויף דלוגע-גאַס, װוּ עס האָבן געלערנט די טעכטער פון דער גאַנצער ציוניסטישער אינטשליגענץ. זי איז געווען אַן אויסגעצייכנטע שילערין און זי האָט אויך געהערט צום געזעלשאַפטלעכן זעלבסטהילף-אַקטיוו פון די שילע- רינס. נישט געווען קיין אַקציע און קיין אונטערנעמונג אין דער גימנאַזיע אָן איר מיטבאַטײליקן זיך. זי האָט געהאָלפן חברות אין צוגרייטן די לעקציעס, אָרגאַניזירט פאַראַנשטאַלטונגען, בכדי אַריינצוברענגען אין דער זעלבסהילף-קאַסע הכנסות,

מאַריסיאַ {(מרים) אייזנשטאַט 45

צונויפגעשטעלט פּראָגראַמען פאַר פאַרשידענע קולטור-אָװונטן און אַליין אַרוס: געטרעטן אויף גרעסערע שול-פייערונגען פאַר די עלטערן און געסט. דער באַגאַבטער מוזיקער און דיריגענט יעקב גלאַטשטײן, וועלכער איז אין ;יהודיה" געווען לערער פון מוזיק, האָט איר אַקטיװױיטעט ספּעציעל אָפּגעשאַצט און אָפט ביי פאַרשידענץ געלעגנהייטן וועגן דעם גערעדט,

פּיאַנאָ האָט זי סיסטעמאַטיש געלערנט, אָבער אינערלעכע נייגונגען און ליבע האָט זי געהאַט צו געזאַנג. פלעגט זי אָפּט בשעתן שפּילן מיטברומען און מיטזינגען, און דאָס איז געשען אַפילו אין פאַלן ווען זי איז געזעסן און געשפּילט סאָנאַטעס, קאָנצערטן, אָדער אַנדערע שווערע שאַפונגען. אין אַלגעמײן זענען דאָס קאָמפּאַ- זיציעס שווערע צום אויספירן מיטן האַלדז, מאַריסיאַ האָט אָבער נישט אָנגעטראָפן אויף קיין שום טעכנישע שועריקייטן. איר שטימע, אַ לירישער סאָפּראַן מיט קאָלאָראַטור, איז געווען טיף און הויך, װי פון די טיפסטע תהומען ביזן זיבעטן הימל, אָן אַ סוף. אַחוץ דעם איז איר שטימע געווען וייך און עלאַסטיש, אַזי, אַז די שװערסטע פּיאַנאָדקאַדענצן פון פּאַסאַזשן זענען ביי איר אַרוסגעקומען גלאַטיק און ריין. זי איז אויך געווען אַ װוּנדערבאַרע סאָלפעזשיסטין, די שווערסטע אינטערװאַלן און די קאָמפּליצירטסטע כראָמאַטישע איבערגענג זענען איר אָנגעקומען לייכט אַפילו דעמאָלט, ווען זי האָט זיך נישט געהאָלפן מיט דער פּיאַנאָ. פלעגט זי שטענדיק בעטן ביים פאָטער, אַז ער זאָל איר דערלויבן זיך איבערצוּוואַרפן פון פּיאַנאָ אויף געזאַנג. ער האָט אָבער געהאַט פעסט באַשלאָסן, אַז מרים וועט זיין אַ פּיאַנאָדװירטואָזין און נישט קיין זינגערין.

האָט זי אָפט געזונגען פאַר זיך אַליין און פאַר די נאָענטסטע, ווען עס איז פאַר דעם געווען שטימונג. אין אַזעלכע מאָמענטן האָט זי געגעבן גאַנצע קאָנצערטן פון אַלגעמײנער און יידישער מוזיק. גרויס הנאה האָבן מיר דעמאָלט געהאַט, ווייל דער פאָטער האָט זיך צוגעזעצט צום אָרגל, װאָס איז געשטאַנען אין ווינקל פון גרויסן סאַלאָן און האָט איר גענומען אַקאָמפּאָנירן. אָנגעהױבן האָט זי פון שובערטס סענטימענטאַלע לידער, זי איז איבערגעגאַנגען צו אַריעס און שפּעטער האָט זי געזונגען חזנישע רעטשיטאַטיון. אַלע קװאַלן זענען איר געווען נאָענט. זי האָט געשוועבט אין די עולמות העליונים און געווען ממש גליקלעך, װאָס זי קען זיך באַװייזן מיט דעם, צו װאָס זי האָט געהאַט אַ נטיה און ליבע, מיר האָבן אויך אַלע געשטוינט פון װאַנען עס נעמט זיך צו איר אַזאַ גרויסער און גוט-צוגעקליבענער געזאַנג-רעפּערטואַר. און איך על קיין מאָל נישט פאַרגעסן דעם אָװנט װען זי האָט אַ מאָל בשעת אַזאַ צעזינגען זיך אויסגעפירט , די נאַכט? פון אַנטאָן רובינשטיין (1829---1894). די עלעגיע פון זשול מאַססענע (1842--1912) און דאָס דאַן זייער פּאָפּולערע לידל, װאָס דער פּולישער טענאָר יאַן קעפּוראַ פלעגט שטענדיק זינגען: איי, איי, איי?,

פאַר איײיזנשטאַטן איז ביסלעכווייז קלאָר געװאָרן, אַז מאַריסיאַ צילט צו גיין אויפן וועג פון ערנסטן אָפּערע-געזאַנג. ער האָט איר דעמאָלט אָנגעהויבן העלפן דערגרייכן איר טרוים. קודם כל האָט ער באַשלאָסן צו שלייפן איר שטימע. ער אַלין -- װאָס

46 י. פֿאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

נאָר װייניקע האָבן זוכה געווען צו געניסן פון זיין קענטעניש אויף דעם געביט -- האָט זיך דעם איבערגעגעבן מיט דער גאַנצער פאָטערלעכער זאָרג. זיין מיין איז געווען שפּעטער זי צו שיקן קיין איטאַליע, אָבער דערווייל האָט ער געטאָן דאָס יסודותדיקע. ווייטער האָט ער איר באַקענט מיט די אוצרות פון קינסטלערישן ליד און זי האָט באַהערשט די לידער פון שובערט, מענדעלסאָן און שומאַן. זי איז געװאָרן אָקוראַן אין די פּערל פון דער ראָמאַנטישער, מזיקאַליש-װאָקאַלישער ליטעראַטור, זי האָט אָבער אין דער זעלביקער צייט אויך נישט אויפגעהערט אַרױסצוּװײיזן אינטערעס פאַרן יידישן פאָלקסליד. זי האָט געקענט צענדליקער לידער פון קיפּניסעס און װאַרשאַװוסקיס זאַמלונגען און אויך מיט התלהבות געזונגען ,צור ישראל? פון זאַװל קװואַרטין, אָדער ;הבט משמים וראה? פון יאָסעלע ראָזענבלאַט (1880---1933),

מאַריסיאַ אײיזנשטאַט האָט אין זיך איינגעזאַפּט די גייסטיקע אַטמאָספער פון דער היים אין וועלכער זי איז געװאַקסן און דערצויגן געװאָרן. דאָס איז געווען אַן אַטמאָספער פון אײיראָפּעיִשער און יידישער קולטור. פּראָבלעמען פון ליטעראַטור, קונסט, טעאַטער און מוזיק זענען ביי איר געווען אַרטיקלען פון טאָגיטעגלעכער שפּייז און דער קולטור-נאַציאָנאַלער רענעסאַנס פון יידישן פאָלק האָט אויסגעפילט איר גאַנצן וועזן. זי קען דינען װי דער שענסטער ביײישפּיל פון דעם יידישן יונגן דור, װאָס איז אויסגעװאַקסן אין פּױלן אין דער תקופה צווישן ביידע וועלט-מלחמות, צּ

אַזאַ איז מאַריסיאַ אייזנשטאַט געווען ביזן אויסברוך פון דער מלחמה אין פּוילן, אין סעפּטעמבער 1929. עס איז געווען עטלעכע חדשים נאָך דעם, װי זי האָט באַקומען איר מאַטורע-דיפּלאָם און זי איז נאָך געווען פול מיט גרויסע פּלענער -- און שוין האָבן די דייטשע באָמבעס חרוב געמאַכט דאָס יידישע װאַרשע, און צוזאַמען מיט דעם --- אויך איר לעבן. איר זינגענדיק-טאַנצנדיקע געשטאַלט איז איינגעהילט געװאָרן אין אַ טיפן טרויער און צווייפל. זי האָט פאָרגעפילט די אָנקומענדיקע טראַגעדיע. איינעם אַן אָװנט, אין דעצעמבער 1940, זענען מיר געזעסן ביי די אײיזנשטאַטס אין דער היים און דיסקוטירט: יאָ, אָדער נישט לאָזן זיך אין וועג אַרײין?

מאַריסיאַס יונגער שׂכל האָט איר דיקטירט : איבערלאָזן אַלץ און זיך לאָזן צו דער גרענעץ, אַזױ וי דאָס האָבן געטון טויזנטער יידן. איר טעמפּעראַמענט און נאָך מער -- מעגלעך -- איר אינטויציע האָבן איר דאָס אונטערגעזאָגט. אויך איר פאָטער האָט איר אָנגעהויבן נאָכגעבן און צו איר צוגעשטאַנען. ווייזט אויס, אַז דער אַמאָליקער חוש צו װאַנדערן האָט אין אים אויפגעװאַכט, און, װי אין די יונגע יאָרן -- ווען ער האָט מיט אַ טעאַטער-קאַפּעליע אױיסגעמאָסטן די סטעפּעס פון אוקראַיִנע -- האָט ער אויך איצט געװאָלט גיין װוּהין די אויגן װועלן אים טראָגן און פּראָבירן מזל. ערגער קען דאָך נישט זיין! אָבער עס האָט אויך גענומען שטעלונג די מוטער, די שטענדיק ערנסטע יושבת אוהל, די איבערגעגעבענע פרוי און יידישע מאַמע,

מאַריסיאַ (מרים) אייזנשטאַט 47

היתכן? -- האָט זי געטענהט -- דאָ זיצן מיר כאָטש אין אייגענעם ווינקעלע, גייען מיר נאָר אַרױס פון דער שטוב, זענען מיר שוין דאַכלאָזע װאַנדערער און מיר האָבן שוין נישט װוּ די נאַכט איבערצושלאָפן. צי זענען מיר דען פעַיִק צו גיין איבער גרענעצן, זיך צו שלעפּן איבער פרעמדע וועגן און זוכן אַ נייע היים ? אַרױס פון דער היים איז דאָס זעלביקע װאָס אומקום!

געפּסקנט האָט די מאַמע. דער גורל פון דער משפּחה איז געווען געחתמעט. דאָס ביז איצט אויסגעצערטלטע טעכטערל מאַניוסיאַ, װי די עלטערן האָבן איר גערופן, האָט פון דעם מאָמענט אָן געמוזט מיטזאָרגן און מיטהעלפן דעם טאַטן אַריינברענגען דאָס שטיקל ברויט אין שטוב אַרײן. זי איז געװאָרן אַ פּראָפּעסיאָנעלע זינגערין און איר נאָמען האָט גלייך איינגענומען דאָס יידישע װאַרשע. זי האָט באַלד פון ערשטן מאָמענט אָן געזען אין איר באַרוף אַ שליחות, וי זי װאָלט דורכן טראַגישן גורל באַשטימט געװאָרן צו באַזינגען און צו באַװײינען דעם שוידערלעכן געראַנגל פון דער גרעסטער יידישער קהילה אין דער וועלט פאַר נאָך אַ מינוט לעבן. אויך די יידישע מאַסן האָבן אין איר זינגען געזען אַ שליחות, װאָס צילט נאָר זיס צו מאַכן אירע ברידער די לעצטע טעג פון זייער לעבן. זי האָט זיך אָפּגעגעבן אַ דין- וחשבון פון דעם מצב, און זי האָט געװוּסט, אַז מיט איר זינגען ברענגט זי אַרײן דערהויבנקייט און האָפענונג אין די פאַרװוייטיקטע, צעבראָכענע הערצער פון די יידן אין געטאָ, און העראָיש איז געװאָרן יעדער איר אַרױסטריט, ווען זי איז שוין געווען זיכער, אַז אַלע אירע צוהערער, צזאַמען מיט איר, זענען פאַרמשפּט צו פריערדיקן, אָדער שפּעטערדיקן אַכזריתדיקן אומקום,

צ

מרים אײיזנשטאַט מיט איר יידיש-מענטשלעכער דערציונג און דערװאָרבענע מידות טובות, מיט אירע איינגעבוירענע פעיקייטן און התמדתדיקן ווילן כסדר זיך צו לערנען, מיט איר אינטערעסאַנטן לעבן און דינאַמישער שעפערישקייט, מיט איר אײינזאַפּן די שענסטע װערטן פון דער אײראָפּעישער קולטור צואַמען מיט די גייסטיקע אוצרות פון אונדזער פאַרגאַנגענהײיט -- איז געווען די אָפּשפּיגלונג פון יונגן יידישן דור, װאָס איז געװאַקסן אין פּוױלן אין דער גאָלדענער תקופה פון פּוױלישן יידנטום, װאָס צווישן ביידע וועלט-מלחמות. זי קען פאַררעכנט ווערן וי דער סימבאָל פון אויפגייענדיקן יונגן יידישן דור אין פּױלן, װאָס איז אָפּגעהאַקט געװאָרן אין מיטן פון זיין בליען און װאַקסן, אַ דור, װאָס האָט קורץ געלעבט, אָבער זייער אַ סך איבערגעלעבט,

48

י, פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

ביב ליאָגראַפיע

מלך ניישטאַט: חרבן און איפשטאַנד פון די יידן אין ואַרשע. -- עדות- בלעטער און זכרונות ; אַרויסג. ועדת הגולה פון הסתדרות העובדים אין ארץ-ישראל און ייד. נאַצ. אַרבעטער-פאַרבאַנד אין אַמעריקע, תל-אביב, 1948 (ז"ז: 312; 341ן 342), יאַנאַס טורקאָוו: אַזױ איז עס געװען.. אַרוױסג. צענטראַל-פאַרבאַנד פון פּוי" לישע יידן אין אַרגענטיגע, 1948 (ן"ז: 201, 205, 223, 224, 226, 242, 243, 297, 452), יאַנאַס טור קאָוו: פאַרלאַשענע שטערן (צוויי בענדער) -- אַרױסג. צענט. פאַר- באַנד פון פּוילישע יידן אין אַרגענטינע, 1952 (ז"ז 72-68) באַנד 1.

זלמן זילבערצווייג: לעקסיקאַן פון יידישן טעאַטער -- אַרױסגעגעבן אונטער דער השגחה פון דער יידישע אַקטיאָרן-יוניע אין אַמעריקע, פינפטער באַנד, מעקסיקע- סיטי 1967, פאַרלאַג ,,אלישבע" (זיז 3916--3919).

אנציקלופּדיה של גלויות, עורך יצחק גרינבוים. כרך ראשון ורשה, הוצאת חברת אנציקלופדיה של גלויות, ירושלים--תל-אביב 1953 (ז' 630).

07282ס1115601 18(8גת14:0 .ז/8ם06 ...0210 0216(ט 21658 :102טנעסם .זת 22מס1זע1 (זי 15) 1947 ש18860--1,062--1/8182802 .2.2. 0.4 שקיצן

א. מאַנגער, י. טורקאָוו, מ. פּ ערענסאָן: ידישער טעאטער אין איי" ראַפּע, ניו-יאָרק 1968 (זייז 459, 463).

עמנואל רינגעלבלום: נאַטיצן פון װאַרשעװװוער נעטאַ, יידישער היסטאָרישער אינסטיטוט, פאַרלאַג , יידיש-בוך", װאַרשע 1952 (ז' 315),

עמנואל רינגעלבלום: כתםים פון געטאַ, באַנד צוויי, יידישער היסטאָרישער

| אינסטיטוט, פאַרלאַג , יידיש-בוך", װאַרשע 1963 (ז"ז 74, 206),

דוד בייגעלמאַן (1887.--=1944)

אין זיינע מעשׂות פון דער יידיששעך טעאַטער-וועלט דערציילט יוליוס אַדלער וועגן דוד בייגעלמאַן, אַז ;ער איז אויס- געװאַקסן אַ פּראַכטפולער פידלער און זייער אַ גוטער מוזיקער. איך מיין, -- שרייבט ער דאָרט -- אַז ס'איז גישטאָ קיין לאָדזשער אין אַמעריקע, וועלכער זאָל נישט האָבן געקענט דוד בײגעלמאַן, אַזױ אויך צװישן װאַרשעװער יידן, װאָ- רעם דוד האָט אָנגעשריבן זייער אַ סך מוזיקאַלישע אָפּערעטעס, לידער און פאָלקסלידער, װאָס קינד און קייט האָבן זיי געזונגען".

און וועגן זיין פאָטער האָט ער געשריבן: ;שמעון בייגעלמאַן איז נישט געווען קיין נגיד און געהאַט האָט ער צו שפּייזן אַ פאַמיליע פון ניין קינדער. ער האָט זיינע קינדער געגעבן אַ גוטע דערציונג : ער האָט מעגלעך געמאַכט, אַז זיי זאָלן לערנען װאָס זיי האָבן געװאָלט און וויפיל זיי האָבן געװאָלט. זענען אַלע קינדער געװאָרן מוזיקער, געשפּילט אויף פאַרשידענע אינסטרומענטן און זיין איינציקע טאָכטער ראָזע איז אױיסגעװאַקסן אַ פּראַכטפולע פּיאַניסטין".

דוד בייגעלמאַן האָט געשטאַמט פון אַ משפּחה, װאָס האָט מדורי-דורות געשפּינט דעם פאָדעם פון יידישן ניגון. מיט דעם האָט זיך געגרייסט זיין פאָטער און דאָס איז אויך געווען זיין שטאָלץ, האָט ער מיט ליבשאַפט געטראָגן דעם יידישן קלאַנג, מיט דערהויבנקייט אויסגעזונגען זיינע מעלאָדיעס און מיטן פולן באַװוּסטזין געשאַפן נייע געזאַנגען. און די נייע זענען געווען דורכגעפלאָכטן מיט אַלטע, איינגע- זאַפּטע אין זיידנס און אין טאַטנס שטוב און איינגעזייגטע צוזאַמען מיט דער מאַמעס מילך, | |

זיין אַרבעט איז פאַר אים קיין מאָל נישט געווען קיין עול, פֿאַרקערט : פּריװוילעגיע און שליחות האָט ער אין איר געזען. האָט ער שטענדיק הנאה געהאַט פון זיין פּראָפּעסיע און פון איר געצויגן לעבנספרייד. אַפילו אין די שווערסטע צייטן האָט ער זיך נישט געקלאָגט און נישט געהאַט קיין טענות. ער האָט געװווּסט, אַז ער האָט זיך אויסגעקליבן דעם וועג פון אַ יידישן טעאַטער-מוזיקער און אַז דער דאָזיקער וועג איז אַ דאָרנדיקער : אביקע װאַנדערונגען פון אָרט צו אָרט, ביטול-באַציונג מצד דער געזעלשאַפטלעכער פּני און כסדרדיקער קאַמף מיט די טעאַטער-באַלע- באַטים פאַר העכערן דעם ניוואָ פון טעאַטער בכלל און מוזיק-סעקטאָר בפרט,

50 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוילן

דעם דאָזיקן װעג האָט ער זיך אויסגעקליבן און מיטן דאָזיקן וועג געטראָטן עקשנותדיק זיין גאַנץ לעבן. געהערט ער, צוליב דעם, צו די פּיאָנערן אויפן געביט פון דער יידישער טעאַטער-מוזיק און ער ווערט פאַררעכנט, וי איינער פון אירע זיילן אין פּולן אין דער צייט פון צווישן ביידע וועלט-מלחמות,

זיין היים און לעבן

דוד בייגעלמאַן איז געבוירן געװאָרן אין אָסטראָװויעץ, ראַדאָמער געגנט און געװאַקסן איז ער אין אַ שטוב, װאָס איז געווען כולה-מוזיק. דער טאַטע זיינער, דער באַקאַנטער אין שטאָט מוזיקער, האָט זיך נישט געשיידט פון זיין קלאַרנעט, און די ברידער זיינע, װאָס יעדער פון זיי האָט געשפּילט אויף עטלעכע אינסטרומענטן, האָבן נישט אויפגעהערט צו איבן אויף זייערע כלים. האָט מען דאָ שטענדיק געהערט שפּילן פידל, װיאָלאַ, קאָנטראַבאַס, טראָמפּײיט, און װאָס נישט ? אויך די קרובים זייערע -- די צווייטע מוזיקער-משפּחה אין שטאָט -- די שפּילמאַנס, האָבן דאָ געפונען זייערע צווייטע היים און זיי פלעגן זיך אָפּט צונויפקומען ביי די בייגעלמאַנס, בכדי צוזאַמען צו אימפּראָװיזירן קאָנצערטן פאַרן אייגענעם פאַרגעניגן.

די פינף ברידער בייגעלמאַן פון דעכטס : דוד, פידלער און דיריגענט ; שלמה, פידלער, לאַנגיעריקער מיטאַרבעטער פון ,אַררט"; אברהם, פּיאַניסט און אַקאָמפּאַניאַטאָר ; חיים, פידלער און סאַקסאָפאָניסט ; חנן, סאַקסאַפאָניסט און אַקאָרדעאָניסט.

דוד בייגעלמאַן | 51

איז דאָס הויז פון שמעון בייגעלמאַן פאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ ;בית ועד למנגנים" און האָט געשמט אין דער גאַנצער געגנט מיט איר היימלעכקייט און גאַסטפרײנד- לעכקייט, די ספּאָנטאַנישע קאָנצערטן פון קלאַסישער און יידישער מוזיק, װאָס האָבן זיך געטראָגן אין זומערדיקע פאַרנאַכטן פון די אָפענע פענצטער, האָבן געצויגן צוהערער פון אַלע גאַסן, און נישט איין מאָל זענען אין דער דאָזיקער אַטמאָספער געשאַפן געװאָרן לידער, װאָס האָבן שנעל באַקומען פליגל און זענען שפּעטער פאַררעכנט געװאָרן וי אַנאָנימע פאָלקסלידער.

דעם קליינעם דוד האָט געצויגן דער פידל. ער האָט אָבער נישט וייניקער ליב געהאַט דעם קלאַרנעט. פלעגט ער טאַקע אין די שפּעטערדיקע יאָרן דערציילן, אַז די צויבער-קלאַנגען פון זיין טאַטנס קלאַרנעט האָבן אים שטענדיק געקלונגען אין זיינע אויערן. איז דאָך דאָס פון הונדערטער יאָרן געווען דער צווייטער יידישער אינסטרומענט! ווייל מיט וועלכן אינסטרומעגט האָט דאָס אַ ייד געקענט אַזױ אויסוויינען זיין טרויער און אויסקרעכצן זיין קרעכץ, װי מיט פידל און קלאַרנעט? האָבן ביידע צוזאַמען -- דער טאַטע אויפן קלאַרנעט און דער זון אויפן פידל --- נישט איין מאָל אױיסגעגאָסן זייער ביטער האַרץ שפּילנדיק די עלעגישע מעלאָדיעס פון גרעטשאַנינאָוו און די שטימונגפולע ,לידער אָן ווערטער" פון מענדעלסאָן,

צו אַכט יאָר איז שוין דוד אַרײנגעצױגן געװאָרן אין אַן אָרקעסטער-אַנסאַמבל, און ווען די גאַנצע פאַמיליע איז איבערגעפאָרן וווינען קיין לאָדזש, איז ער באַלד אַריינגעטרעטן אין אָרקעסטער פון יידישן טעאַטער, פון וועלכן ער איז געבליבן אַ סטאַבילער מיטגליד. ער האָט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין פלייסיקייט און איבער- געבנקייט און פון צייט צו צייט פלעגט ער פאַרטרעטן דעם דיריגענט בשעת די פאָרשטעלונגען. |

אין 1912 איז דוד בייגעלמאַן געװאָרן דיריגענט פון לאָדזשער זאַנדבערגס יידישן טעאַטער און פון דעמאָלט אָן איז ער באַקאַנט געװאָרן אין פּולן װוי איינער פון די בעסטע טעאַטער-דיריגענטן,

אין משך פון זיין קאַריערע האָט ער געאַרבעט אין די גרעסטע שטעט אין פּוילן. אַ לאַנגע צייט איז ער געווען טעטיק אין װאַרשע, שפּעטער אין גימפּעל-טעאַטער אין לעמבערג. מיט װאַנדערנדיקע טעאַטערס האָט ער גאַסטראָלירט אין דרום- אַמעריקע, אַפּריקע און אַנדערע לענדער.

אין די צװאַנציקער יאָרן איז ער געװאָרן אַ מיטאַרבעטער פון באַקאַנטן אין פּוילן רעװוי-טעאַטער ;אַזאַזעל* און אין 1927 איז ער געווען פון די נאָענטסטע מיטבויער פון באַקאַנטן ;אַררט"-טעאַטער אין לאָדזש. ער האָט געשריבן מוזיק צו אַ סך פּראָגראַמען פון די דאָזיקע ביידע קליינקונסט-טעאַטערס און משה בראָדערזאָן האָט אים געהאַלטן פאַר איינעם פון די װאָגיקסטע כוחות אויפן געביט פון יידישער טעאַטער-מוזיק,

נאָכן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט ער מיטגעאַרבעט מיט אַ קליינקונסט-גרופּע, וועלכע פלעגט פון צייט צו צייט אָרגאַניזירן פאָרשטעלונגען אין לאָדזשער געטאָ, און ווען עס איז געגרינדעט געװאָרן דאָס קולטור-הויז אין

52 י, פאַטער / יידישע מוזיק אין פּולן

אַרקעסטער פון זאַנדבערגס טעאַטער אין לאָדזש

סיזיצן פון רעכטס : שטובעל דוד, פידלער ; שפּייזמאַכער מאיר, פידלער, געוו. שװאָגער פון די בייגעלמאַנס ; בייגעלמאַן דוד, דיריזשאָר פון אָרקעסטער ; הילטשער, װיאָלאַ-שפּילער, קריסט ; מעלאָדיסט יצחק, טראָמפּעטיסט.

צװײטע שורה, פון רעכטס : לעוין וואָליע, קלאַרנעטיסט ; װאָלקאָװיטש הערש, צוייטע פידל ; בייגעלמאַן יצחק, קאָנטראַבאַסיסט, קוזין פון דודן ; קוטנער נטע, פּױיקער; פּאָדעמסקי מיכאל, פּוזאַניסט, שפּעטער אין ישראל-פילהאַרמאָניע,

אויבן פון רעכטם : קוטאַרסקי שמואל-הערש, פלעטיסט, שפּעטער אין ישראל-פילהאַרמאָניע; סאַלבע פּיניע, פּוזאָניסט ; לעװוקאַװיטש ברך, כאָרעאָגראַף.

געטאָ, האָט ער געהערט צו דער גרופּע שרייבערס און קינסטלערס, װאָס זענען געווען דער רוח החיים פון דער אינסטיטוציע. צװישן די אַקטיװוסטע זענען געווען דער דיכטער ישעיהו שפּיגעל, דער דיריגענט און פּיאַניסט טעאָדאָר רידער, די זינגערין אַלאַ דיאַמאַנט, די פידל-קינסטלערין בראָניסלאַװאַ ראָטשטאַט, דער לערער א. װאָלמאַן, דער דיכטער י. אאָאַכימאָװיטש און דער טעקסטן-שרייבער ש. יאַנאָווסקי,

דוד בײיגעלמאַן, פון זיין נאַטור אַן אָפּטימיסט, האָט זיך באַמיט אויפצונעמען דאָס לעבן אין געטאָ וי אַ דורכגייענדיקע דערשיינונג. האָט ער זיך ניט געלאָזט באַהערשן פון יאוש-געפילן און אָנגעהאַלטן גוטן הומאָר. ער איז נאָך כסדר געווען שעפעריש און -- וי אַמאָל אין די גוטע צייטן --- אַליין אויך געשריבן טעקסטן

דוד בייגעלמאַן | 53

צו זיינע לידער. וועגן דעם שרייבט שמערקע קאַטשערגינסקי אין זיין בוך לידער פון די געטאָס און לאַגערן:

;דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר, שעפער פון הונדערטער יידישע ניגונים, דוד ביי- געלמאַן, האָט אויך אין לאָדזשער געטאָ זיין שעפערישע טעטיקייט נישט איבער- געריסן. אויך דאָ האָט ער געשאַפן צענדליקער נייע ניגונים און ניט האָבנדיק קיין געהעריקע טעקסטן, אַליין עס געשריבך".

דער מצב אין געטאָ איז אָבער שנעל געװאָרן אַן אומדערטרעגלעכער. קראַנקײט און טויט האָבן געשפּרײזט מיט ריזן-טריט. מענטשן זענען געפאַלן װוי פליגן דער דיכטער ישעיהו שפּיגעל איז געשלאָגן געװאָרן פון גורל און עס איז פון אים אַװועקגעריסן געװאָרן זיין טאָכטערל עואַ. עס זענען אַנטשטאַנען זיינע צוויי לידער : ;מאַך צו די אייגעלעך" און ;נישט קיין ראָזשינקעס, נישט קיין מאַנדלען". צו ביידע לידער האָט דוד בייגעלמאַן קאָמפּאָנירט מעלאָדיעס, און ביידע לידער זענען שנעל פאַרשפּרייט געװאָרן אין געטאָ-לאָדזש. ;/צו ערשט -- שרייבט שמערקע קאַטשער- גינסקי --- זענען די לידער אויסגעפירט געװאָרן דורך דער זינגערין אַלאַ דיאַמאַנט (זיך געראַטעװעט), אויף דער עפענונג פון א.ג. ,קולטור-הויז" אין לאָדזשער געטאָ. דעם ;קייסער" (יידנעלטסטער) ח. רומקאָווסקי זענען אָבער די לידער נישט געפעלן געװאָרן (צוליב דעם װאָס די לידער האָבן אַזױ אָפן גערעדט וועגן יידישן אומגליק און דייטשן טעראָר), און ער האָט פאַרווערט די לידער ווייטער אויסצופירן, דראָענדיק דעם דיכטער מיט רעפּרעסיעס. די יידן האָבן אָבער די לידער דאָך געזונגען".

אין אויגוסט 1944, בעת דער ליקװידאַציע פון לאָדזשער געטאָ, איז בײיגעלמאַן אַװעקגעשיקט געװאָרן קיין אָשװיענטשים. אין זיין בוך פאַרלאָשענע שטערן דער- ציילט יאָנאַס טורקאָוו: ,דוד בײיגעלמאַן האָט געהערט צו דער לעצטער גרופּע לאָדזשער יידן, װאָס זענען פון געטאָ אַרוסגעפירט געװאָרן אין טויטן-לאַגער אַשװיענטשים. ער האָט מיט זיך מיטגענומען זיין פידל און אַלע זיינע מוזיקאַלישע שאַפונגען, װאָס ער האָט אַרױסגעבראַכט אין משך פון לאַנגע יאָרן",

און אָט װאָס זיין ביים לעבן געבליבענער ברודער חיים האָט מיר אין ניוייאָרק איבערגעגעבן וועגן די לעצטע טעג פון זיין ברודער : ?בשעת דער סעלעקציע אין אַשװיענטשים איז מיין ברודער געװאָרן צוגעטיילט צו די, װאָס זענען באַשטימט געווען פאַרברענט צו וערן. די דאָזיקע פונקציע איז אויסגעפירט געװאָרן דורך ;זאָנדערקאָמאַנדאָ-יונגען, װאָס דער גרעסטער טייל פון זיי זענען געווען מענטשן פון דער לאָדזשער אונטערוועלט. אָבער וועלכער ייד אין לאָדזש האָט דאָס נישט געקענט און ליב געהאַט מיין ברודער דוד ?

האָט דודן דערקענט אַזאַ אונטערוועלט-מענטש מיטן צונאָמען ;משה חסיד". האָט ער אים אַרויסגעגנבעט פון דער פּאַרטיע צום טויט-פאַרמשפּטע און איבערגעשטעלט צו דער גרופּע אַרבעטער. אַזױ אַרום איז ער אַרױסגעשיקט געװאָרן אין אַן אַנדערן לאַגער, נישט ווייט פון אוישוויץ. דאָרט איז ער קראַנק געװאָרן און אין איינעם אַ טאָג איז ער געפאַלן ביי דער אַרבעט און געשטאָרבן,

דאָס איז געווען אין פעברואַר 1945, עטלעכע חדשים פאַרן סוף פון דער מלחמה".

54 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוילן

זיין שאַפונגס"ווקת

דוד בייגעלמאַן האָט פאַרמאָגט אַלע געגעבענע, אַז ער זאָל קענען געפינען אַ בכבודיקן אָרט אין דער פּוילישער אָפּערעטע. דאָס איז געווען זיין זשאַנער און דאָס האָט אים געלאָקט. דאָך האָט ער דאָס נישט געטאָן. ער האָט זיך נישט געװאָלט שיידן מיטן יידישן ניגון, וועלכן ער האָט געירשנט פון זיינע זיידעס און מיט וועלכן עס זענען געווען פאַרקניפּט די דינסטע געפילן פון זיין נשמה. האָט ער די אַלטע ניגונים געשליפן און פאַרשענערט, און נייע --- אַליין געשאַפןן; די אַלטע האָט ער באַאַרבעט און אָנגעטאָן אין אַ נייעם קינסטלערישן לבוש, און די נייע האָט ער געשאַפן אין גייסט פון זיין צייט. און אָט דער שטריך האָט כאַראַקטעריזירט זיין מוזיקאַלישע טעטיקייט פון איר אָנהייב ביון סוף,

די ערשטע זיינע קאָמפּאָזיציעס זענען געווען אַראַנזשירונגען און שאַפונגען צו אָפּערעטעס, װאָס זענען געשפּילט געװאָרן אין לאָדזש אין דער צייט פון דער ערשטער וועצלט-מלחמה. דאָס זענען געווען אָפּערעטעס אויסגעפירטע פון יוליוש אַדלער, װאָס נישט שטענדיק זענען זיי געווען צום האַרצן פון בעסערן טעאַטער- צושויער. ;דאָס סקויטן-מיידל", ,די מומע גנענדל", ,די שיינע בערטאַ? און אַנדערע ענלעכע פּיעסעס האָבן זיכער מיט זיך נישט געטראָגן קיין קולטור-װוערטן, דאָס איינציקע, װאָס איז אין די פאָרשטעלונגען יאָ געווען אויף אַ קינסטלערישן ניואָ, איז געווען די מוזיק. האָט אָפט די טעאַטער-קריטיק אונטערגעשטראָכן דעם פּאָזיטיוון צושטייער פון דער מוזיק פאַר דעם דערפאָלג פון די ספּעקטאַקלען און דאָס האָט געצויגן גרויסע מאַסן אין טעאַטער אַרײן.

זייער אַן ערנסטע אויפגאַבע האָט אויף זיך גענומען דוד בייגעלמאַן, ווען ער האָט מסכים געווען צום פאָרשלאָג פון רעזשיסער דוד הערמאַן צו שאַפן מוזיק-אילוס- טראַציעס צו אַנסקיס עדיבוק". וועגן דער דאָזיקער אויפפירונג שרייבט יצחק טורקאָוו-גרודבערג אין זיינער אַן אַרבעט אד"ט: דאָס יידישע טעאַטער אין פּוילן צווישן ביידע וועלט-מלחמות (פאַרעפנטלעכט אין יאָרבוך פון דער וועלט-פעדע- ראַציע פון פּוילישע יידן אין תליאביב -- 1967), אַז זי ,איז געווען דער גרעסטער דערפאַלג פונעם יידישן טעאַטער אינעם פּעריאָד צווישן ביידע וועלט-מלחמות, אַ דערפאָלג, װאָס האָט אָפּגעהילכט איבער גאָר דער וועלט און האָט גורם געווען אַ צאָל ,דיבוק"-אויפפירונגען אין אייניקע שפּראַכן און אויף פאַרשידענע וועלט- בינעס".

אייגנטלעך האָט דוד הערמאַן פאַרלאַנגט פון אים צו באַאַרבעטן די שוין באַקאַנטע פון לאַנג מעלאָדיעס און איבערנעמען די מוזיקאַלישע לייטונג פון דער פאָרשטעלונג, דוד בייגעלמאַן האָט אָבער טיפער באַנומען זיין מיסיע. ער האָט גענומען די אַלטע מעלאָדישע פאָלקס-קערנדלעך און האָט פון זיי אויפגעבויט נייע ראַפּינירטע מוזיק- שאַפונגען, װאָס זענען געווען צוגעפּאַסט צו דער נייער רעזשיסערישער קאָנצעפּציע פון דוד הערמאַן. ער האָט מיט דער מוזיק אילוסטרירט סיטואַציעס, אויסגעפילט פּױיזעס און --- װאָס עס איז אין אַזאַ אויפפירונג װוי דער ;דיבוק" געווען דער

דוד בייגעלמאַן 55

עיקר -- אַריינגעברענגט שטימונג. עס האָט אים אויך געהאָלפן ביים דערגרייכן דעם ציל די פולע באַזעצונג פון די פּולפּיטן. דער אָרקעסטער איז געווען פילפאַרביק און פילשטימיק און די אויספירונג --- אַ פּערפעקטע.

די קאָמפּאָזיטאָריש-קינסטלערישע דערגרייכונג פון יונגן דוד בייגעלמאַן איז געװאָרן אָפּגעשאַצט אין גאַנצן יידישן פּױלן און דאָס האָט אים געגעבן סטימול צו גיין העכער. פראַגמענטן פון זיינע ,דיבוק"-אילוסטראַציעס זענען אָפּט געשפּילט געװאָרן ביי פאַרשידענע געלעגנהייטן און אַ ספּעציעלער קאָמיטעט האָט זי אַרױסגעגעבן אין פאָרעם פון אַ בוך.

אין די ווייטערדיקע עטאַפּן פון זיין שאַפן האָט דוד בייגעלמאַן נישט שטענדיק געקענט נאָכקומען דעם רוף פון זיין האַרץ. זייער אָפּט איז אים אויסגעקומען אַנדערש צו שטרעבן און אַנדערש צו לעבן. ער האָט זיך געמוזט אַראָפּנידערן צום ביליקן געשמאַק פון די טעאַטער-דירעקטאָרן און נאָכגעבן זייערע פאָדערונגען. אָבער אין יעדן פאַל ווען עס איז אים געגעבן געװאָרן די מעגלעכקייט צו דערשיינען זעלבשטענדיק, לוט זיין אייגענעם אינערלעכן דראַנג, איז ער וייט אַריבער די גרענעצן פון דורכשניטלעכקייט. עֹר האָט אַרױסגעװיזן אַריגינעלע מוזיקאַלישע פּערסאָנאַליטעט און אייגענעם סטיל,

עס איז פאַר אים דעריבער געווען אַן אומגעהויערע סאַטיספאַקציע די מיטאַרבעט מיטן קליינקונסט-טעאָטער ,אַזאַזעל" און שפּעטער מיט ,אַררט". דאָס געפינען זיך אין דער מחיצה פון אַזעלכע ליטעראַריש-אַרטיסטישע כוחות וי משה בראָדערזאָן, משה נודעלמאַן, דוד הערמאַן, יעקב ראָטבאַום און נאָך אַנדערע, האָט אים אַװעק- געשטעלט פאַר ערנסטע פּראָבלעמען. אויך די טעמאַטיק פון די פּראָגראַמען, װאָס זענען געווען דורכגעפלאָכטן מיט מאָטיוון פון סאָציאַלן אינהאַלט און האָבן אָפט אַנטהאַלטן בולטע טענדענצן פון קאַמף, האָבן פאַרלאַנגט פון דוד בייגעלמאַן נאָװאַ- טאָרישן גייסט און שטייגנדיקע קאָמפּאָזיטאָרישע אינווענץ.

אין דער דאָזיקער תקופה האָט ער געשאַפן די מוזיק צו משה בראָדערזאָנס טעקסט ;יידן שמידן", אַ גלאָקן-אַקאָמפּאַניאַמענט צו די הילכיקע האַמער-קלעפּ פון יידישן קאָװאַל אין פּוילן. דאָס זענען זעכצן מזיק-טאַקטן, װאָס שוין ביים אָנהייב רופן זי אַרױס אַן אַסאָציאַציע מיט האַמער און קאָװאַדלע און באַלד דערזעט מען פאַר זיך די געשטאַלט פון פאַרהאָרעװעטן שמידער, וועלכער וויל מיט געאַנג זיך לייכטער מאַכן זיין שווערע אַרבעט. ער האָט געאַרבעט און געזונגען שטרעבנדיק ;איבערצושמידן שװוערד אויף אַקעראײזן".

דאָס ליד האָט אָפּנעשפּיגלט דעם גייסט פון יענע טעג, ווען דער ייד אין פּױלן האָט געזוכט אינהאַלט און אידעע אין זיין לעבן. איינער האָט דאָס געפונען אין ציוניזם און אַן אַנדערער אין סאָציאַליזם, איינער אין קאַמף פאַר נאַציאָנאַלע רעכט און אַן אַנדערער אין קאַמף פאַר סאָציאַלן יושר, אין צווישנצייט אָבער האָבן אַלע געשטרעבט צו שמידן און צו זינגען :

56 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוילן

העי, העי, ווויל דעם שמידער, וװויל איז אים און גוט, זיינע שטאָל-און-אייזן-גלידער צינדן אונדז דעס מוט.

האָט דוד בייגעלמאַן זיך קונה שם געווען מיט איידן שמידן". האַרטע און טרוקענע טענער, איינער מיטן צווייטן נישט-פאַרבונדענע, װי יעדער קלאַנג װאָלט זיך דאָ ברייט און באַקװעם צעלייגט און נישט געװאָלט האָבן קיין געמיינזאַמס מיט זיין שכן. דער טעמפּאָ -- מאָדעראַטאָ, נישט געיאָגט, װי דער קאָװאַל װאָלט זיך פאַר- ענטפערט : אַ שווערער האַמער, נישט לייכט אים אויפצוהייבן! און די מעלאָדיץ איז אַרײינגעדרונגען אין די הערצער פון יידן. זי איז געזונגען געװאָרן דורך די ברייטסטע שיכטן פון דער יידישער באַפעלקערונג אין פּוילן. דאָס ליד איז אויך אויסגעפירט געװאָרן פון די גרעסטע כאָרן און געזונגען געװאָרן פון סאָליסטן שפּעטער האָבן פאַרשידענע טעאַטער-גרופּעס און קליינקונסט-בינעס עס אַריינגענומען אין זייערע פּראָגראַמען אין פאָרעם פון מעלאַדרעציטאַציעס און אינסצעניזאַציעס,

אין דער געטאָ-תקופה האָט ער קאָמפּאָנירט מוזיק צו אַ סך לידער. צום מייסטן זענען באַקאַנט געװאָרן : ;דאָס שניידערל" -- ווערטער פון ש. יאַנאָװוסקי ;זאַמדן גליֶען אויף דער זון" -- טעקסט פון א. װאָלמאַן; ,שפּיגלט זיך אויף שויב די זוך", ;צו אַ װאָלקן", ,פּאַסטושקע? --- אַלע פון אַ. יאָאַכימאָװויטש, און בעיקר --- די צוויי לידער פון דיכטער ישעיהו שפּיגעל: ,נישט קיין ראָזשינקעס, נישט קיין מאַנ- דלען? -- אַ פּאַראַפּראַזע פון באַקאַנטן פאָלקסליד , ראָזשינקעס מיט מאַנדלען" -- און ,מאַך צו די אייגעלעך". אַחוץ דעם האָט ער דעמאָלט געשאַפן אייניגע לידער צוזאַמען מיט די טעקסטן. די פּאָפּולערסטע זענען געווען : ;ציגיינער-ליד", ,אַ יידיש לידל" און ,קינדער-יאָרן",

אַפּילו אין סאַמע לעצטן פּעריאָד פון זיין לעבן -- ווען עס האָבן זיך שוין געלאָשן די לעצטע פונקען פון יידישן צאַנקענדיקן ליכטל -- איז ער נאָך געווען אָנגעפּראָפּט מיט שעפערישן גייסט און געגלויבט, אַז ער װועט נאָך ווייטער זינגען זיינע לידער פאַר זיך און פאַר זיין פאָלק,

דוד בייגעלמאַן האָט געהאַט די פּען אין האַנט און צוזאַמען מיט זיין אינטענסיווער מוזיקאַלישער טעטיקייט האָט ער אויך לאַנגע יאָרן געשריבן מוזיק-רעצענזיעס און אָפּהאַנדלונגען איבער די פּראָבלעמען פון אַלגעמײנער און יידישער מויק, וועלכע ער פלעגט פאַרעפנטלעכן אין לאָדזשער נייער פאָלקסבלאַט, האָט ער אַזױ אַרום געהאַט אַ מעגלעכקייט משפּיע צו זיין אויף די יידישע מאַסן אין דער גרעסטער אַרבעטער-שטאָט אין פּױלן, זיי געלערנט הערן און פאַרשטיין מוזיק און זיי דערצויגן צו זיין קאָנסומענטן פון עכטער ערנסטער מוזיק.

צ :

אין אַן אַרטיקל אד"ט ,דער חזנישער איינפלוס אויף דער יידישער טעאַטער-מוזיק" (געשריבן פון שלום סעקונדאַ אין חזניס-זשורנאַל אין ניו-יאָרק אין 1950), לייענען

דוד בייגעלמאַן 57

מיר : ,איין איינפלוס, װאָס האָט געהאַט די װירקזאַמסטע השפּעה אויף דער יידישער טעאַטער-מוזיק, װאָס הערט נישט אויף צו אינספירירן דעם יידישן טעאַטער- קאָמפּאָזיטאָר --- היינט, פּונקט וי אין יענער צייט, ווען אברהם גאָלדפאַדען האָט געלייגט דעם גרונדשטיין, דעם פונדאַמענט פון אַ טעאַטער פאַר יידן -- איז די חזנישע מוזיק". און ווייטער שרייבט ער אין דעם זעלביקן אַרטיקל:

;לאָמיר איין מאָל פאַר אַלע מאָל פעסטשטעלן אַז עס איז נאָך נישט געבוירן געװאָרן דער טעאַטער-קאָמפּאָזיטאָר, װאָס זאָל זיין בכוח זיך צו פאַרמעסטן אין נגינה מיט דער גרויסער מוזיקאַלישער טראַדיציאָנעלער ליטורגישער ירושה, װאָס איז אונדז געבליבן פון אונדזערע אבות אבותינו",

וועגן דוד בייגעלמאַן קען מען נישט זאָגן, אַז ער האָט געשעפּט פון דאָזיקן ברונעם. ער האָט געהערט צו די יידישע טעאַטער-קאָמפּאָזיטאָרן, װאָס האָבן זיך אין זייערע שאַפונגען אָנגעשפּאַרט אויפן פאָלקלאָריסטישן עלעמענט פון די יידישע געזאַנגען ער איז אין תוך געווען אַ וועלטלעכער ייד און האָט אין זיך געטראָגן דעם מוזי- קאַלישן אוצר פון עמכדיקן פאָלקסליד, װאָס האָט באַגלײט דאָס יידישע לעבן בשעת פרייד און טרויער. זענען דאָס געווען ליבע-לידער, װאָס יידישע מיידלעך האָבן געזונגען בענקענדיק נאָך זייערע חתנים: וויג-און-קינדער-לידער, װאָס מאַמעס האָבן געזונגען בכדי צו פאַרשפּילן און איינשלעפן זייערע קינדער: חתונה-און טאַנץ-לידער, װאָס קלעזמאָרים האָבן געשפּילט בשעת משפּחה-שמחות ; ווויליונגע- רישע משקה-לידער, װאָס חברה פלעגט זינגען בשעת פריילעכע הוליאַנקעס, און רעװאָלוציאָנערע מאַרשן, װאָס לאָדזשער אַרבעטער האָבן געזונגען צוזאַמען מיטן גערויש פון פאַבריק-מאַשינען. פון אָט דעם דאָזיקן געזאַנגען-געמיש האָט דוד בייגעלמאַן אױיסגעקנאָטן זיין אייגן ליד, מיט וועלכן ער האָט געברענגט האָפענונג און גלויבן דעם פאַרדאַגהטן, אָפּט הונגעריקן, יידישן אַרבעטס-מענטש פון לאָדזשער באַלוּט,

אין זיינע אינסטרומענטאַלע קאָמפּאָזיציעס האָט דוד בייגעלמאַן אַרױסגעװיזן ניי" גונגען צו מאָדערנער אַרקעסטראַציע און צו נייער קאָנטראַפּונקטישער טעכניק, אָבער אין די װאָקאַלע שאַפונגען זענען די מעלאָדישע ליניעס געווען האַרציקע און לייכטע, זיי האָבן זיך ממש געבעטן געזונגען צו װערן. האָט דער עולם זיי שנעל אונטערגעכאַפּט און געזונגען אין דער היים און ביי דער אַרבעט. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז די אַלע מאָטיוון, װאָס זענען געווען אַן אויסדרוק פון זיין מוזי" קאַלישן געמיט, זענען אויך געווען נאָענט צו די הערצער פון די יידישע פאָלקס- מענטשן. זי האָבן אָפּגעשפּיגלט דעם גייסט פון יידישן מעלאָס, טראָץ דעם, װאָס אָפט זענען זיי געווען קאָמפּליצירטע אין זייער געבוי און װאָס זיי זענען געווען ווייט פון דער אָנגענומענער קאָנסטרוקציע פון פּאָפּולערע לידער.

איך װעל דאָ, װי אַ ביישפּיל, נעמען דאָס באַקאַנטע געטאָ-ליד ;מאַך צו די אייגעלעך". זעכצן פירפערטלדיקע טאַקטן, װאָס -- כאָטש זיי שטעלן מיט זיך פּאָר אַ געבונדענע גאַנצקײט --- זענען זי צונויפגעשטעלט פון צוויי מוזיקאַלישע פראַזעס. נישטאָ קיין איבערחזרונגען און אויך נישט קיין רעפרען. די מעלאָדיע שפּרײט זיך

58 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױילן

אויס אויף אַ דיאַפּאַזאָן פון אַ נאָנאַ (ניין טענער), עס פילט זיך אַ כסדרדיקער שטייגן העכער, אַ מין קלעטערן אויף אַ לייטער, איבער אינטערװאַלן פון סעקסטעס (זעקס טענער) און אַ סעפּטימע (זיבן טענער), ביז מ'גייט צוריק אַראָפּ צו דער טאָניקע (גרונטטאָן). דערביי איז אין דעם גאַנצן געפלעכט פון טענער נישט פאַראַן קיין איין טערצע און קוים קען מען געפינען איין קװאַרטע. איז דעריבער שווער צו זאָגן וועגן די אַלע אויסגערעכנטע עלעמענטן, אַז זיי מאַכן דאָס ליד טיפּיש יידיש,

אָבער טראָץ דעם איז דאָס ליד פּאָפּולער געװאָרן צווישן יידן אין גאָר דער וועלט, ממש וי ס'װאָלט געווען אַ פאָלקסליד. עס װירקט דאָ, קודם כל, די טאָנאַליטעט פון האַרמאָנישן מינאָר, אויף וועלכער די מעלאָדיע איז געבויט און אין וועלכער דער זיבעטער, האַלבער טאָן ציט וי אַ מאַגנעס צום גרונטטאָן און דער געוועב פון די קלאַנגען, װאָס פליסן פון אַ טיפן אומדערגרונטעוועטן קװאַל. דאָס איז דער מקור, װאָס ציט זיין יניקה פון דער פאָלקס-נשמה און איז אַרױסגעװאַקסן פון דער מוזיקאַלישער טראַדיציע פון אונדזער פאָלקישער פאַרגאַנגענהײט.

און אָט דער דאָזיקער פאַרבאָרגענער מקור --- װאָס צוזאַמען מיט די פאַרשידענע מוזיקאַלישע תנועות און ריטמען האָט ער געשאַפן אַ קאָמבינאַציע פון קלאַנגען וועלכע זענען אַן אויסדרוק פון יידישער ספּעציפישקייט -- איז שטענדיק געבליבן דער נאָענטסטער און טרייסטער פריינד פון דוד בייגעלמאַן. ער האָט דאָס געגעבן דעם קאָמפּאָזיטאָר אינספּיראַציע און טענער-שטאָף אויסצופורעמען אַלע זיינע שאַפונגען, סיי די פאָלקסטימלעכע און סיי די אינדיווידועליקינסטלערישע, אין גייסט פון עכט-יידישן מעלאָס.

דוד בייגעלמאַן איז ,פון בלוט און ביין" געווען אַ יידישער מוזיקער. אַ יידישער, ווייל זיין געזאַנג איז אַ קאָנדענסירונג פון גאַנצן יידישן לעבן, און זיין מוזיק --- אַ גראַװירונג פון אַקטיאָריש-קלעזמערישן שטייגער, וועלכער איז אים געווען אַזױ נאָענט און אייגן. צו דעם האָט ער נאָך צוגעגעבן די צאַרטקײט פון יידישן לירישן פאָלקסליד, די עלעגיש-וויינענדיקע נאָטע פון יידישן דורותדיקן קרעכץ, און צום סוף אויך די שפּילעודיקייט און דינאַמישע ריטמען פון די מאָטיוון, וועלכע ער האָט איינגעזאַפּט אין זיך פון קינדווייז אָן אין זיין ;כאַלאַסטרישער" סביבה,

צּ

אַ מענטש מיט גוטע מידות אין באַציָונגען שבין אדם לחברו, אַ גוטמוטיקער און

נוח לבריות בשעת דער אַרבעט, אַ באָהעמיער אין שענסטן אויסטייטש פון װאָרט --- אַזאַ איז ער געווען דער שפּרודלדיקער און שטענדיק גוט-געשטימטער דוד ביי- געלמאַן. איז דער כוח פון זיין השפּעה נישט געווען קלענער, װוי דער כוח פון זיין שאַפן. האָבן אים אַקטיאָרן, מוזיקערס און ליטעראַטן אַרומגערינגעלט מיט פריינד- שאַפט און װאַרעמקײט און די יידישע פאָלקסמאַסן אין לאָדזש --- מיט כבוד און ליבשאַפט.

דוד בייגעלמאַן האָט געהערט צו די פּאָפּולערסטע געשטאַלטן אין יידישן לאָדזש,

דוד בייגעלמאַן 59

ב יבל יאָג ראַ פיע

זלמן זילפערצווייג: לעקסילאַן פון יידישן טעאַטער, קדושים-באַנד, אַק- טיאָרן-יוניע אין אַמעריקע, מעקסיקע-סיטי 1967, פאַרלאַג ,, אלישבע" (ז"ז 3729-3125). 8 10 201906 10 0004 1 2010 247/06001 : 8שץ12128702 1266082' 1,608 (ו' 15) 1964 שיסאהעגן.עו 828 {

יאָנאַס טורקאָוו: פארלאַשענע שטערן -- באַנד צוויי, בוענאָס:איירעס 1953 (ז"ז 47-44).

לעקסיקאַן פון דער נייער יידישער ליטעראַטור, ניו-יאַרק 1956 (ז' 286),

ש. קאַטשערגינסקי: לידער פון געטאָס און לאַנערן -- ניװ-יאָרק 1948. (ז"ז: 1 42, 43, 66, 68, 92, 93, 132, 171).

אונדוער געזאנג -- צ.ק. פון פּולישע יידן, װאַרשע 1947 (ז' 102).

יצחק טורקאָוו-"גרוד בערג: ידיש טעאטער אין פּױלן -- פאַרלאַג, יידיש בוך", װאַרשע 1951 (זייז 89, 90, 124).

א. וואָלף:יאַסני: די געשיכטע פון יידן אין לאָדזש אין די יאָרן פון דער דייטשער יידן-אויסראַטונג, יל. פּרץיפאַרלאַג, ישׂראל 1960, ערשטער באַנד (ז"ז 213, 0, 351, 427); צווייטער באַנד (185, 321),

זיגמונט סורקאָוו: די איבערגעריפענע תקופה -- בענאָס-איירעס, 1961 (ז' 209).

רעד. א. ט אַרטאַקאָווער: ספר השנה / יאָרבוך, תל-אביב 1967, (ז' 2345).

א. מ אנ ג ע ר, י. טור ק אָוו, מ. פּ ער ענסאָן: ידישער טעאטער אין איי" ראָפּע, ניוזיאָרק 1968 (ז"ז 107, 108, 110, 221).

2 ,1,00221600 16068) 14701111:8 :0241ע2001:082 מ8{סגז 1 תַצפטיסעסהָת 68טמגט

געס} 6081 (ז"ז 82, 88) 1010 עקפש/זס1ק ,1969 1,6082416 סשסס1נמטי2סשער | . (370, 420)

אברהם-משה בערנשטיין (1866-=1932)

מזרח און מערב אין חזנות

אין סוף פון 18טן יאָרהונדערט איז דאָס חזנות אַרױף אויף נייע שליאַכן. דאָס איז געקומען װי אַ רעװלטאַט פון די אַלגעמײנע אויפטרייסלונגען אין יידישן לעבן אין אײיראָפּע. פון איין זייט איז אַנטשטאַנען די מענדעלסאָנישע השׂכלה- באַװעגונג, װאָס האָט מיט ריזן-שריט באַהערשט ברייטע יידישע פּעריפעריעס אין די מערב-אײראָפּעישע לענדער, און פון דער צווייטער זייט האָט די חסידישע באַװועגונג בליץ שנעל געפאַנגען די הער- צער פון די יידישע מאַסן אין די מזרח- אײיראָפּעיַשע לענדער, און װוי מיט אַ צויבער-שטעקעלע, זי אַװעקגעפירט אין די רביישע הייף.

די משׂכילים האָבן געווירקט אונטער דער השפּעה פון הערשנדיקן ראַציאָנאַליזם, און דענקנדיק מיט די קאַטעגאָריעס פון די פראַנצויזישע ענציקלאָפּעדיסטן האָבן זיי געריסן קייטן און געבראָכן צוימען. דער ציל איז געװען: פּאַליטישע און עקאָנאָמישע גלײיכבאַרעכטיקונג און געצאָלט האָבן זיי דערפאַר יעדן פּרײז. קיין הייליקייטן האָבן מער נישט עקזיסטירט, און דאָס, װאָס איז נאָך יאָ געבליבן, האָט געמוזט אויסזען גוייִש. פּונקט פאַרקערט האָבן זיך געפירט די חסידים. אַנטוישטע אין דער אויסערלעכער װעלט און באַעװלטע דורך די פּלוטאָקראַטישע פּרנסים פון די קהלות, האָבן זיי זיך געקלאַמערט אין דער אייגענער אמונה. זיי האָבן געזוכט מיט אייגענע כוחות צו געפינען דעם וועג צו דער גאולה און יעדער צוקלעפּ פון דרויסן איז ביי זיי געװאָרן יידיש,

פּאַראַלעל צו די אַנטװיקלונגען פון די דאָזיקע צוויי שטרעבונגען, האָבן זיך אויך אין חזנות אַנטװיקלט צוויי שטראָמען: איינער, דער מערב-אײראָפּעישער -- וי אַן אומצערייסלעכער באַגלײטער פון דער השׂכלה-באַװעגונג --- װאָס זיין וועג איז געווען רעפאָרמאַציע, און דער צווייטער, דער מזרח-אײיראָפּעישער --- װי דער מיטגייער פון חסידות --- װאָס זיין גאַנג איז געווען ענג געבונדן מיט טראַדיציע און מיטן אייגענעם. דער ערשטער האָט זיך בעיקר באַזירט אויפן שׂכל, ווייל זיין ציל איז געווען פאָרעם און עסטעטיק, און דער צוייטער -- אויפן געפיל, ווייל זיין ציל איז געווען דינען גאָט מיט התלהבות,

דער רעפאַרמאַטאָרישער שטראָם האָט זיך נישט באַנוגנט מיט איינפירן פיר-שטימיקע

אברהם משה בערנשטיין 1

כאָרן, אַרײנפירן דעם אָרגל אין בית:הכנסת און איינשטעלן אַ נייעם סדר אין דאַוונען : זיינע אָנהענגער זענען אין זייער ;ככל הגויימדיקייט? אַזױ ווייט אַװעק, אַז זיי האָבן געריסן גאַנצע בלעטער פון סידור, איינגעפירט פרויען-כאָרן און קלינגענדיקע גלעקלעך, אַזױ װי אין קירכע. פון די טראַדיציאָנעלע ניגונים און נוסחאות האָבן זיי אַראָפּגעצױגן דעם יידישן לבוש און עס איז דערגאַנגען צו דעם, אַז אין יידישן בית-כנסת איז געווען שווער צו געפונען אַ יידישן ניצוץ. די רעפאָר- מאַטאָרן האָבן זיך אַפילו געװוענדט צו קריסטלעכע קאָמפּאָזיטאָרן אַז זי זאָלן שרייבן מוזיק צו יידישע תפילות,

אין גאַנצן אַנדערש האָט אויסגעזען דער וועג פון טראַדיציאָנעלן חזנות. דבקות און השתפכות הנפש קענען נאָר קומען צום אויסדרוק דורך געזאַנג. די פאַרבאָרגנסטע כוונות מוזן באַקומען זייער אָנשפּאַר אין קלאַנג, און דעריבער קען מען נישט אָפּטײילן דאָס דאַוונען פון זינגען. ,לשמוע אל הרינה ואל תפילה" --- האָבן די חסידים פאַרשטאַנען פּשוטו כמשמעו: קודם-כל געזאַנג -- רינה -- די שׂמחה פון קלאַנג, און ערשט נאָך דעם -- דאָס װאָרט, די תפילה,

האָט זיך די חסידישע דבקות אַריינגעפלאָכטן אין די געזאַנגען פון די חזנים אין פּױלן, רוסלאַנד און אוקראַינע, און אין דעם האָבן זיי געזען דעם יסוד פון עבודת הקודש. און אַזױ אַרום האָט זיך אַנטװיקלט דאָס אַזױ גערופענע האַרץ-חזנות, װאָס זיין קענצייכן איז געווען דער יידישער קרעכץ, געפילן-אויסברוך און התלהבות, און עס איז געװאָרן אַ קװאַל פון דערהויבונג און גייסטיקער הנאה פאַר די מאַסן פון מזרח-אײיראָפּעיַשן יידנטום. |

פינטעז פון צוויי שטראַמען

אין די לעצטע צענדליקער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט איז אין חזנות פאָרגע- קומען דאָס זעלביקע, װאָס אין אַלגעמײינעם קולטור-לעבן פון יידישן פאָלק : די צַוִויי עקסטרעמען, װאָס האָבן געהאַט באַהערשט דאָס יידישע לעבן -- די השׂכלה און דאָס חסידות --- האָבן זיך אָנגעהױבן צו דערנענטערן, און עס האָט זיך געפאָרעמט דער נאַציאָנאַלער חיבת-ציון-געדאַנק. און אויך אין חזנות איז געשען אַזױ, אַז דאָס פאַרפרעמדטע, מערב-אײראָפּעיִשע סינאַגאָגאַלע געזאַנג האָט זיך אָנגעהויבן חברן מיטן עכט-טראַדיציאָנעלן יידישן בית-הכנסת-שטייגער און ס'האָט זיך אַנטװיקלט אַ נייער דרך. דער דאָזיקער װעג האָט געשטרעבט קודם-כל אונטערצושטרייכן און צו באַזירן זיך אויפן אייגענעם, אויף דער ירושה פון דורות, און דערביי זיך צו באַנוצן מיט די דערגרייכונגען פון דער אַלגעמײנער מוזיק אויף צו באַצירן דאָס אייגענע, אָריגינעלע. אוױיסרייניקן דאָס חזנות און דערווייטערן פון אים אַלע פּסולתן און אָנװוּקסן, און דאָס מקוריותדיקע אָנטאָן אין אַן עסטעטישן אײראָפּעיִשן לבוש --- דאָס איז געװאָרן די שטרעבונג,

צוישן די ערשטע, װאָס האָבן זיך געווידמעט דער דאָזיקער אויפגאַבע, זענען געווען ברוך שאָר (1823--1904), אליעזר געראָװיטש (1844--1912), דוד נאָװאַקאָווסקי

62 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוילן

(1848---1921) און בעיקר -- פּנחס מינקאָווסקי (1859---1924), און דאָס, װאָס דער לעצטער האָט געטאָן אין אָדעס, האָט אברהם משה בערנשטיין געטאָן אין ווילנע, זי ביידע האָבן צונויפגעשמאָלצן דאָס השׂכלה-חזנות פון סאַלאָמאָן זולצער (1804--- 0) מיטן האַרץ-חזנות פון ניסן בעלזער-ספּיװאַק (1824--1906), פון זולצערן האָבן זיי גענומען די שטרעבונג צו סדר און עסטעטיק, און פון ניסן בעלזער -- דעם דראַנג צום אייגענעם אינערלעכן ניצוץ. עס איז אַנטשטאַנען דאָס סינטעז- חזנות, װאָס פּנחס מינקאָווסקי אין אָדעס און אברהם משה בערנשטיין אין ווילנע האָבן עס אין דער שענסטער און בולטסטער פאָרעם אַליין רעפּרעזענטירט,

זי ביידע האָבן דאָס חזנות אַרויפגעפירט אויף נייע האָריזאָנטן. זיי האָבן קאַטעגאָריש אָפּגעװאָרפן דעם ?תהא אדם בצאתך ויהודי באהלך? און פאַרלאַנגט ביידע צוזאַמען, מענטש און ייד אומעטום, הן אין גאַס און הן אין שטוב. יידישער מעלאָס, װי דער אויסדרוק פון נשמה-יתרהדיקייט און דורותדיקן קידוש-השם, פאַרקניפּט מיט אײיראָפּעישער אויסערלעכקייט און מיט כללים פון פּלאַנירטער אָרדענונג; דבקות, װאָס פליסט פון האַרץ, צוזאַמען מיט מחשבה, װאָס צוימט און רעגולירט, האָבן זי ביידע פאַרשפּרײט מיט װאָרט און שריפט זייערע מיינונגען און קודם-כל --- אַליין פאַרווירקלעכט, הלכה למעשׂה, די שיטה, װאָס זיי האָבן געפּרעדיקט,

אין חזנות האָבן זיי געזען אַ שליחות, װאָס האָט פאַר אַ ציל צו העלפן דעם פאָלק אין זיין קאַמף פאַר עקזיסטענץ און דעריבער מוזן די חזנים זיין ראוי צו דער דאָזיקער שליחות, האָבן זיי אַרױסגערוקט פאַרלאַנגען וועגן געהעריקער צוגרייטונג צום חזנישן באַרוף : אַלגעמײנער און מוזיקאַלישער וויסן, יידישע תורה און מאָראַ- ליש-עטישע וערטן. װער עס באַזיצט נישט די אויסגערעכנטע מידות, דער קען נישט אויספירן די פליכטן פון חזן,

דער חזן מוז פאַרשטײן, אַז ער איז נישט סתם אַ זינגער-פאַרװויילער, נאָר אַז ער האָט התחייבותן כלפּי יעדן יידישן יחיד און כלפּי דעם כלל. פאַראַן פונקציעס פון רעליגיעז-טראַדיציאָנעלען כאַראַקטער, װאָס זענען פאַרבונדן מיטן לעבן פון יעדן יחיד, פון זיין געבורט ביזן טויט, און פאַראַן פונקציעס, װאָס דער חזן דאַרף אויספירן בשעת פאָלקס-צוזאַמענקונפטן, צי דאָס זענען פאַרזאַמלונגען פון אַקאַ- דעמיש-טרויעריקן אינהאַלט, צי פון פייערלעך-פריילעכן כאַראַקטער. דער חזן דאַרף מיט פּאַסיקן מזמור אין ביידע פאַלן לאָזן הערן זיין שטימע.

איז טאַקע אברהם-משה בערנשטיין קודם כל געווען דער אמתער שליח-ציבור, װאָס מיט זיין געבענטשטער טעטיקייט אין ווילנע, האָט ער אויסגעפילט אַ הויכע נאַציאָנאַלע קולטור-שליחות : ער האָט מיטן אופן פון פירן זיין חזנות געהאָלפן וועקן דעם נאַציאָנאַלן באַװוּסטזײן פון יונגן דור און מיט זיינע טוּונגען מיטגעבויט די קולטור פון פאָלק.

א.מ. בערנשטיין איז פון זיין יונגן עלטער געווען געבונדן מיט דער יידישער נאַציאָנאַלער באַװעגונג, און ווען אחד העם (אשר גינזבורג) האָט אין יאָר 1889 געגרינדעט די חובבי-ציון-אָרגאַניזאַציע ,בני-משה", איז ער געװאָרן אירער אַ מיטגליד, דער נאָמען אַליין האָט שוין געדאַרפט זיין אַ ,צייכן פאַר אַלע חברים, אַז

אברהם משה בערנשטיין | ' 63

זי זאָלן ווענדן זייערע אויגן צום אויסדערוויילטן פון פאָלק און באַנעמען אַלץ, װאָס ער האָט געטאָן און געליטן פאַר זיין ליבע צום פאָלק, בכדי צו וויסן, וויפל די דאָזיקע ליבע פאַרלאַנגט פון יעדן איינעם". און ווייטער האָבן די ?בני-משה" געשטרעבט צו דערצנען אַ דור, װאָס זאָל נישט קניען פאַר די גויים און נישט שפּייזן זיך ביי פרעמדע טישן, נאָר גיין דעם אייגענעם וועג און ווערן אַ מוסטער פאַר אַנדערע,

און אברהם-משה בערנשטיין, מיט זיין וויסן, מיט זיין באַנעמען די אויפגאַבעס פון חזנות און מיט זיין מאָראַליש-עטישער התנהגות אין טאָג-טעגלעכן לעבן, איז געווען אַ מוסטער פאַר די אַלע, װאָס האָבן פאַרשטאַנען דעם באַדײיט פון חזנות פאַר דער נאַציאָנאַלער קולטור,

זיין װעג צו חונות

;דריי פּערזאָן האָבן געהאַט אַ באַזונדער אָרט אין אברהם-משהס האַרץ" -- האָט געשריבן זיין ברודער מ. בערנשטיין אין די חזנים וועלט נ. 9, פון יולי 1934:; זיין מאַמע, זיין ערשטער מלמד, אליה דער ;טשערעבוטער" און זיין מוזיקאַלישער און גייסטיקער רבי, דער קאָוונער חזן ר.י. ראַבינאָװיטש. פון דער מאַמע, וועלכע האָט אים פאַריתומט, ווען ער איז אַלט געווען צען יאָר, האָט ער געירשנט איר איידלקייט און באַשײדנקײט, פון ;טשערעבוטער" -- זיין גוטמוטיקייט און געדולד, און פון קאָװונער חזן -- די שטענדיקע שטרעבונג צו לערנען און צו גיין העכער, די מעגלעכקייטן צו לערנען, זענען אין דעם פאַרװאָרפענעם שטעטעלע שאַצק געווען זייער קליינע. ביי זיבן יאָר האָט ער שוין געלערנט גמרא און ביי צען -- האָט ער שוין מער נישט געהאַט ביי וועמען צו לערנען. איז געבליבן, אַז ער זאָל ממשיך זיין אין דער ישיבה אין מינסק, װאָס איז געווען באַקאַנט װוי אַ מקום תורה און װוּ ס'האָבן געוווינט דער מאַמעס עלטערן.

אין מינסק האָט ער אָנגעהויבן זינגען ביים דאָרטיקן חזן ישׂראלקע און פון דעמאָלט אָן האָט ער זיך פאַרקנסט צו דער יידישער נגינה. ער האָט שפּעטער געלערנט צוויי יאָר אין דער באַקאַנטער ישיבה אין מיר, נאָך דעם אין אַנדערע מקומות, און אומעטום געזונגען ביי חזנים און געלערנט דעם מאַקסימום, וועלכן ער האָט ביי זיי געקענט אַרױסבאַקומען. דאָס האָט אַזױ געדויערט ביז 1884, ווען ער איז אָנגעקומען קיין קאָווגעי

בשעת זיינע װאַנדערונגען פון אָרט צו אָרט האָט ער מיטגעמאַכט אַ סך צרות, האָט ער געטראָפן אַ חזן אַ יודע-ספר, איז ער נישט געווען קיין מנגן, האָט ער געטראָפן אַ מנגן, איז ער נישט געווען קיין יודע ספר. האָט ער געמוזט אויסשטיין יעדנס קאַפּריזן און שװאַכקײטן. איז ער געהאָלפן געװאָרן מיטן געפינען דעם קאָוונער חזן ר.י. ראַבינאָוװיטש. ביי אים האָט ער געפונען דאָס, צו װאָס ער האָט געגאַרט: מױזקאַלישקײט צוזאַמען מיט טראַדיציאָנעלן חזנות, לומדישע חריפות צוזאַמען מיט אײראָפּעישער עסטעטיק. האָט ער זיך מיט ענטװזיאַזם גענומען צו

64 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּולן

לערנען. אַחוץ מוזיק האָט ער דאָ געלערנט רוסיש און דייטש, געלייענט װערק פון דער װעלט-ליטעראַטור, געהאַלטן די האַנט אויפן דופק פון דער יידישער און פון דער העברעישער ליטעראַטור און דערביי זיך נישט געשיידט מיט דער גמרא. אויך נאָכן ווערן דיריגענט פון כאָר האָט ער געלערנט אין דער קאָװונער מוזיקשול, אין דעם דאָזיקן פּעריאָד האָט זיך אויסגעפורעמט זיין אינטעלעקטועלע פערזענ- לעכקייט. ער האָט זיך באַקענט מיט דער קלאַסישער מוזיק, באַהערשט וויסנשאַפט- לעך און פּראַקטיש די נוסחאות התפילה און די יסודות פון דער יידישער מוזיק, געבילדעט די שטימע, און בעיקר --- פאַרטיפט זיך אין די פּראָבלעמען פון יידישן פאָלק און זיין קולטור. עֹר האָט שוין אין דער זעלביקער צייט קאָמפּאַנירט ,זאַמד און שטערן" פון ש. פרוג און ;על הררי ציון" פון מ. דאָליצקי, לידער, װאָס האָבן זיך בליץ שנעל צעטראָגן איבער אַלע יידישע ישובים אין דער וועלט,

אַ קורצע צייט איז ער געווען חזן אין דער ביאַליסטאָקער שול ,עדת ישורון", און פון דאָרט איז ער אָנגעקומען קיין ריגע, װוּ ער האָט געפירט דעם כאָר פון באַרימטן חזן ברוך לייב ראָזאָווסקי (1841---1919), אין משך פון פיר יאָר האָט ער אויף ס'ציי געהאַט אַ מעגלעכקייט צו גיין פאָרויס, הן אַ דאַנק זיין מיטאַרבעט מיטן גרויסן חזן און הן אַ דאַנק זיינע קאָנטאַקטן מיט דער מוזיקאַלישער עליטע אין ריגע.

אין 1892 איז ער איינגעלאַדן געװאָרן קיין ווילנע, װוּ ער האָט איבערגענומען די חזן-שטעלע אין דער שול ;טהרת-הקודש". דרייסיק יאָר איז ער געשטאַנען אויף

א. מ. בערנשטיין (צווישן די זיצנדיקע -- דער דריטער פון לינקס) מיט לערערס און שילערס

אברהם משה בערנשטיין : יי | 65

זיין פּאָסטן און געווען שעפעריש אויף אַ סך געביטן פון יידישן קולטור-לעבן און אַ דאַנק זיינע גייסטיקע איגנשאַפּטן, קאָמפּאָזיטאָרישער אַקטיװויטעט און שריפטשטעלערישער טעטיקייט האָט ער אויפגערודערט די גאַנצע יידישע וועלט, נישט בלויז אויפן געביט פון יידישער ליטורגיע, נאָר אויך אויפן געביט פון יידישער פאָלקסמוזיק און פאָלקלאָר-פאָרשונג,

און וועגן זיינע שפּעטערדיקע יאָרן לאָמיר לאָזן דערציילן דעם פּרעזידענט פון דער ;אגודת החזנים? אין פּױלן, חזן פּנחס שערמאַן פון דער טלאָמאַצקער סינאַגאָגע אין װאַרשע, וועלכער האָט אין די חזנים וועלט פון מאַי 1924, אין אַן אַרטיקל געווידמעט בערנשטיינען, געשריבן פאָלגנדיקס :

...דער שׂכל און די לאָגיק זענען מחייב, אַז אויב אַן אָנגעזעענע יידישע קהילה פאַרמאָגט אַ חזן מיט אַזעלכע מעלות טובות, דאַרף זי אים שאַצן און ערן און זאָרגן דערפאַר, אַז ער זאָל ביי איר פאַרזיכערט זיין מיט פּרנסה בכבוד אויף זיין גאַנץ לעבן. אין דעם פאַל, אָבער, מוזן מיר, ליידער, קאָנסטאַטירן דאָס פאַרקערטע, נעמלעך : אַז אָט דער אַלזײטיק פעיקער בערנשטין, װאָס האָט געהערט צו די זעלטענע טיפּן חזנים פון אונדזער צייט, איז נאָכן אָפּזײן דרייסיק יאָר אין דער שול ,טהרת-הקודש" אין ווילנע, פון דאָרט באַזײטיקט געװאָרן און פאַראורטײילט געװאָרן צו גיין אויף די עלטערע אאָרן זוכן זיין ברויט מיט דערטיילן געזאַנג- אונטערריכט אין די יידישע גימנאַזיעס, װאָס האָט אים מקצר ימים געװען אָט אויף אַזאַ ,פיינעם און איידעלן" אופן האָט די פאַרװאַלטונג פון דער ווילנער שול ;טהרת-הקודש" אָפּגעדאַנקט איר לאַנגיאָריקן חזן, װאָס איז געווען אַ שטאָלץ פאַרן גאַנצן חזנים-שטאַנד מיט זיין טיף-מוזיקאַליש וויסן און מיט זיינע מאָראַלישע אייגנשאַפטן".

זיין חזנות -- עכורת חקודש

ווען א. מ. בערנשטיין איז נאָך געווען אַ יינגל און געלערנט אין דער מירער ישיבה, האָט זיך אַ מאָל געטראָפן, אַז אַ װאַנדערנדיקער חזן מיט זיינע משוררים זענען געקומען דאַװנען אַ מעריב. דאָס בית-מדרש איז געווען געפּאַקט און דער חזן האָט אָנגעהויבן: ;והוא רחום יכפּר עון ולא".. און אין דעם מאָמענט איז דער כאָר אַרײינגעטרעטן מיט אַ שטאַרקן אַקאָרד: ,ישחית"! ,ישחית"!.. און נאָך אַ מאָל מיט אַ געװאַלד: ;ישחית"! ,ישחית? !... וי אַן אונטערגעשאָסענער איז בערנשטיין אַרױסגעלאָפן פון בית-מדרש און זיך נישט געקענט באַרויִקן: היתכן? אַזאַ עם- הארצות און חילול התפלה. ער האָט זיך פון דעמאָלט אָן גענומען איינהערן אין דער עברי פון אַנדערע חזנים און זיך איבערצייגט, אַז זי זענען נישט בעסער.

אַן אַנדערע טענה האָט א. מ. בערנשטיין געהאַט צו די חזנים פאַר זייער איבערחזרן מערערע מאָל אַ װאָרט : ;צו װאָס זאָל אַ חזן אָנהױיבן אין ,,מי שברך", למשל, פון ;וכל העוסקים בצרכי צבור" און זאָגן עטלעכט מאָל אַ װאָרט, אַז ער קען אָנהייבן פון ,מי שברך" און זאָגן איין מאָל אַ װאָרט. אויב עס איז נאָך אַלץ װײיניק --- האָט

66 י; פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױילן

ער צוגעגעבן אין ליצנות --- זענען דאָך נאָך דאָ צוויי ,יקום פּורקנס". דאָס איבער- זאָגן מערערע מאָל אַ װאָרט איז אַ סימן בולט, אַז דער חזן ווייס נישט װאָס ער זאָגט און האָט קיין שום פּלאַן נישט, וי אַזױ די תפילות פאָרצוטראָגן.

און אַ דריטער פאָרװוּרף : ;אַן אומגליק פאַר דער שיינקייט און אָנשטענדיקייט פון אונדזער עבודה איז אויך דאָס, װאָס אין די לעצטע דריי צענדליק יאָרן האָבן חזנים גענומען אַריינזינגען זייערע פּלױדערײען אין גראַמאָפאָן. ביז דאַן פלעגט זיך יעדער חזן פּלױידערן ביי זיין עמוד. איצטער איז אין יעדער יידישער שטוב דאָ אַ מעגלעכ- קייט צו יעדער צייט צו הערן די אומגעלומפּערטע פּלוידערייען".

אַנאַליזירנדיק די נעגאַטיווע זייטן פון חזנות, איז אברהם-משה בערנשטיין געקומען צו דער איבערצייגונג, אַז די גלות-פּסיכאָלאָגיע פון לאַנגע דורות האָט זיך ביי אונדז שלעכט אויסגעווירקט אויפן באַנעמען דעם פּראָבלעם גאָט און מענטש. דער געטאָ- ייד האָט צו זיך שטענדיק ,אַרױסגערופן פאַראַכטונג און שפּאַס ביי די אַרומיקע שכנים מיט זיין אויסזען, מיט זיין קליידונג, מיט זיין אַרט רעדן און מיט זיין אייגענעם ביטול היש". די דאָזיקע אומנאָרמאַלע האַלטונג פון ייד האָט זיך אויך אָפּגעשפּיגלט אין זיין אופן פון דאַװונען. ?מיר בעטן נישט אונדזערע פאַרלאַנגען ביים רבונו של עולם אויפן סמך : ,כי אנו עמך ואתה אלהינו, אנו בניך ואתה אביני", נאָר וי מיר זאָגן אין סליחות : ;כדלים ורשים דפקנו דלתיך". אונדזער רינה ותפילה איז געװאָרן אַ מין יענטשעניש פון אַ קראַנק און קאַפּריזנע קינד".

די אַלע אָנגעװאַקסענע שטיקער ווילדפלייש האָט ער באַשלאָסן אויסצושניידן פונעם אמתדיק-אָריגינעלן און קערנדיקן חזנות: נישט בלויז אַליין נישט מיטמאַכן דעם דאָזיקן סאָרט חזנות, נאָר קעמפן קעגן אים מיט אַלע מיטלען, אויסבעסערן דעם מצב און אַרויפפירן עס אויף שענערע וועגן. ער האָט געשטרעבט צו אַ חזנות, װאָס זאָל זיין געבויט אויף די עכט-יידישע ניגונים פון די סקאַרבאָװע נוסהחאות-התפילה און גלייכצייטיק זיין אַרײנגעפּאַסט אין געוויסע ראַמען פון סדר און כללים. האָט ער קודם כל באַשלאָסן צו דערלאַנגען דעם חזן געהעריקן מוזיק-מאַטעריאַל, מיט וועלכן ער זאָל זיך באַנוצן אין זיין עבודה. און דאָ האָט זיך אברהם-משה בערנשטיין אַנטפּלעקט װוי איינער פון די מוזיקאַלישסטע חזנים אין אַלע צייטן אין זיינע קאָמפּאָזיציעס האָט ער דערגרייכט דריי זאַכן; שלימותדיקע צונויפפּאָרונג פון מעלאָדיע מיט טעקסט, געמיטלעכע רויַקײט, װאָס האָט אַרוסגערופן הייליקן ציטער און סענטימענטאַל-ראָמאַנטישע אַקאָרדן, װאָס האָבן געצויגן זייער יניקה פון די עלטסטע נוסחאות התפילה. און אַפילו אין קאָמפּאָזיציעס פון בולטער חסידישער השפּעה, איז אים געלונגען איינצוהאַלטן פייערלעכן טאָן.

זיינע קאָמפּאָזיציעס זענען געזונגען געװאָרן, אי דורך חזנים אין קליינע שטעטלעך, אי דורך חזנים מיט זייערע כאָרן אין די גרעסטע סינאַגאָגעס אין דער ועלט, וועגְן זיין ;השכיבנו" --- פאַ מינאָר --- האָט געשריבן פּנחס שערמאַן אין די חזנים- וועלט פון מאַי 1924: ,יעדעס מאָל, ווען דער חזן מיטן כאָר פאַרענדיקן זינגען די דאָזיקע הימלישע קאָמפּאָזיציע אין דער גרויסער סינאַגאָגע אין װאַרשע, ווערט דער עולם דורכגענומען מיט אַזאַ חרדת הקודש, אַז אַלע װוי איינער בלייבן שטיין

אברהם משה בערנשטיין 61

וי פאַרשטיינערט אונטערן איינדרוק פונעם דאָזיקן געטלעכן געזאַנג". אין זעלביקן סטיל איז געווען געשריבן זיין ;אהבת עולם" מי-מינאָר, װאָס איז אייגנטלעך געווען נישט מער, װי דער טראַדיציע-ינוסח פון דער תפילה אין אַ שיין-באַאַרבעטער פאָרעם. קלאַנג און װאָרט האָבן זיך דאָ קעגנזייטיק אַרומגענומען און אַ דאַנק דעם איז דער פּירוש-המילות קלאָר געװאָרן פאַר יעדן איינעם, װאָס האָט אַפילו דאָס דאַװנען נישט פאַרשטאַנען. די האַרמאָניע, אָן קאָנטראַפּונקטישע קונצן, איז געווען וי אַ טייל פון דער מעלאָדיע און האָט געהאָלפן שאַפן שטימונג,

אַ מייסטערשטיק פון קאָמפּאָזיטאָרישן שאַפן איז געווען זיין ,ישׂמח משה" אין דאָ-מינאָר, פאַר חזן און כאָר. דער אינטערװאַלן-צונויפפלעכט האָט די מעלאָדיץ געמאַכט זיס און לייכט, אָבער דער אַנטיפאָנישער געבוי האָט איר צוגעגעבן אָריגינעלקײיט און רעליגיעזיטעט. איז די שאַפונג אָפּט געזונגען געװאָרן אויף קאָנצערטן פון יידישער מוזיק.

זייער פּאָפּולער איז געװאָרן זיין : ;ה', ה', אל רחום וחנון", װאָס דער חזן גרשון סיראָטאַ האָט געזונגען אין משך פון צענדליקער יאָרן. אין דער דאָזיקער קאָמפּאַ- זיציע האָט אברהם משה בערנשטיין געוויזן אַ מוסטער, וי אַזױ מ'קען אַ טראַדי- ציאָנעל-פאָלקסטימלעכן מאָטיוו פאַרװאַנדלען אין אַ שאַפונג פון הויך-קינסט. לערישן ווערט. די מאָנאָטאָנע נוסח-טענער האָבן אין דער נייער מעטאַמאָרפאָזע אָנגענומען אַן אויסערגעוויינלעכן מוזיקאַליש-קינסטלערישן כוח, און ניקאָלאַי רימסקי-קאָרסאַקאָוו (1844--1908) האָט אַ מאָל געזאָגט װעגן דער שאַפונג, אַז ער זעט אין איר די אינטערעסאַנטסטע פון צװישן אַלע יידישע סינאַגאָגאַלע שאַפונגען.

דאָס עיקרדיקע, װאָס האָט זיך דורכגעשנירלט איבער אַלע שאַפונגען פון אברהם- משה בערנשטיין, איז געווען דאָס אײינהאַלטן דעם עכט-טראַדיציאָנעלן יידישן טאָן און נישט לאָזן אים פאַרקריפּלט ווערן אינעם טענער-געפּלאַנטער פון דער מאָדער- נער פּאָליפאָנישער האַרמאָניע. זענען זי אַלע געווען אַ מין השתפּכות הנפש פון גאַנצן יידישן כלל, אין וועלכן דער יידישער יחיד האָט אויך געפונען זיין אייגענעם געפיל.

אין 1914 האָט א. מ. בערנשטיין אַרױיסגעגעבן צוויי זאַמלונגען פון סינאַגאַגאַלע שאַפונגען אונטערן נאָמען : עבודת הבורא, און אין 1921 איז דערשינען דער דריטער נומער. אין זיין פאָרװאָרט שרייבט ער : ;איך האָב אין מיין רשות מערערע קאָמפּאַ- זיציעס פון די גרעסטע קאָמפּאָזיטאָרן פון פאָריקן דור, װוי פּנחס מינקאָווסקי, דוד נאָװאַקאָווסקי, לעװאַנדאָווסקי, ערסלער, עדואַרד בירנבוים פון קעניגסבערג א"אַ, נאָך נישט קיין געדרוקטע. מחברים פון אונדזערע צייט האָבן מיר אויך פאַרשפּראָכן זייער מיטהילף. אַ היפּשע צאָל נומערן פון מיינע שאַפונגען געפינט זיך נאָך ביי מיר אין כתב-יד. איך האָף אָפּטער אַרויסצוגעבן די העפטן עבודת הבורא, וועלכע װעלן, האָפּנטלעך, גרויסע נוצן ברענגען פאַר חזנים און ועלן זיין אַ טייערער אוצר פאַר דעם יידישן גאָטעסדינסט".

אַ יאַר שפּעטער איז ער געשטאָרבן, און די נישט-דערשינענע קאָמפּאָזיציעס האָבן

68 י, פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

מער די ליכטיקע שיין נישט געזען. די דערשינענע, זענען אָבער אָנגענומען געװאָרן אין אַלע יידישע ישובים אין דער וועלט, אַפּילו אין די רעפאָרמירטע טעמפּלס, ווּ דאָס איינפירן נייע געזאַנגען געהערט נישט צו די לייכטע זאַכן.

א. מ. בערנשטיין האָט אויך אַנטװיקלט אַ ברייטע ליטעראַרישע טעטיקייט, פּאָפּו- לאַריזירנדיק זיינע געדאַנקען וועגן יידישער מוזיק און חזנות אין דער העברעישער און יידישער פּרעסע פון זיין צייט. זיינע אָפּהאַנדלונגען און אַרטיקלען האָט ער פאַרעפנטלעכט אין הצפירה, הזמן, העולם, אונדזער עתיד, תרבות, ווילנער טאָג און די חזנים-וועלט. זיי האָבן שטענדיק געטראָגן אַ דערצלעריש-דידאַקטישן כאַ- ראַקטער און האָבן געצילט צו באַקענען דעם יידישן אינטעליגענט מיט די פּראָ- בלעמען פון דער יידישער מוזיק. כדאי אונטערצושטרייכן, אַז ביזן היינטיקן טאָג ווערן זיינע מיינונגען ציטירט אין שריפט און בעל-פּה פון יידישע מוזיקאָלאָגן און פּראָמינענטע חזנים אין דער גאַנצער וועלט,

וועלטלטכע מוזיק און פאָלקלאָר

א. מ. בערנשטיין איז פון זיינע יינגסטע יאָרן געווען ענג געבונדן מיט דער יידיש- וועלטלעכער קולטור און דער ערשטער קאָמפּאָנירט מוזיק צו לידער פון יידישע און העברעישע דיכטערס. שוין אין יאָר 1893 האָט ער געשאַפן מוזיק צו ;עם עולם", טעקסט פון מרדכי צבי מאַנה און צו ;על הררי ציון" פון מנחם מענדל דאָליצקי, אין דער זעלביקער צייט איז אויך אַנטשטאַנען דאָס ליד ,, זאַמד און שטערן" פון ש. פרוג. די דאָזיקע דריי סענטימענטאַלע לידער, וועלכע האָבן באַגלײט די חובבי" ציון אין אַלע זייערע טוּונגען, זענען שנעל פּאָפּולער געװאָרן אין די לעצטע יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט,

אין 1902 האָט ער געשריבן מוזיק צו ,האָט רחמנות" פון ש. פרוג, אַ ליד, װאָס האָט באַװײינט דעם טרויער פון פאָלק נאָכן קישיניעווער פּאָגראָם (פאַרעפנטלעכט אין פּעטערבורגער פריינד), און אין 1904 האָט ער אָפּגעדרוקט אין װאַרשעװער הצופה ;זמר לפּורים". בשעת דער ערשטער מלחמה זענען באַקאַנט געװאָרן זיינע דריי קאָמפּאָזיציעס: ,צו ד"ר הרצלס יאָרצייט? (װאָס איז אָפּגעדרוקט געװאָרן אין ווילנער װאָכנבלאַט אונדזער עתיד), ,דאָס פרעמדע חופּה-קלייד", דראַמאַטישע פּאָעמע פון י..ל. פּרץ און ,צום העמערל" פון אברהם רייזען, װאָס געהערט ביזן היינטיקן טאָג צו די פּערל פון אונדזער מוזיקאַליש-װאָקאַלישן כאָרן-רעפּערטואַר. דער רייץ פון אונדזערע ביידע ליטעראַטורן, אין יידיש און העברעיש, האָבן אים אַלץ מער געצויגן, און מיטן גאַנצן לייב און לעבן האָט ער זיך אַרײנגעלאָזט אין זייערע שאַפונגען. דער סך-הכל איז געווען אַן אימפּאָזאַנטער: פינף און פופציק לידער פאַר דערװאַקסענע און הונדערט פופציק פאַר קינדער. די טעקסטן האָבן אַלע געשטאַמט פון די פּני פון אונדזערע ליטעראַטורן: ביאַליק, טשערניכאָװסקי יהואש, בערקאָוויטש, לעװין-קיפּניס, י. כהן, ז. שניאור, אַנסקי, ראָזענפעלד און אַנדערע. צװוישן די לידער זענען געווען פאַרשידענע זשאַנערס: טייל פאַר כאָר, טייל פאַר סאָלאָ און טייל סאָלאָ צוזאַמען מיט כאָר. געווען אויך עטלעכע מיט

אברהם משה בערנשטיין 69

באַגלײט פון אַרקעסטער. און זאָל אויך צוגעגעבן װוערן, אַז צווישן די פאַרשפּרײטער פון זיינע לידער זענען געווען : יוסף װינאָגראַדאָוו, מרדכי הערשמאַן, מנחם קיפּניס, זימרה זעליגפעלד, גרשון סיראָטאַ און זיין טאָכטער העלענאַ, און אַ סך אַנדערע באַרימטע אינטערפּרעטאַטאָרן פון יידישן בעסערן ליד,

אַן אומגעהויערע וויכטיקע אַרבעט האָט א. מ. בערנשטיין געטאָן אויפן געביט פון זאַמלען און פאָרשן דעם יידישן מוזיק-פאָלקלאָר. שכנותדיקע פעלקער האָבן זיך באַפרײט פון פרעמדע קולטור-השפּעות און געשטרעבט צו בויען זייערע גייסטיקע שאַפונגען אויף די יסודות פון אייגענעם פאָלקלאָר. ספּעציעל האָט זיך דאָס אָנגעזען אין דער מוזיק. האָבן אויך די יידן אין ווילנע געגרינדעט אַ יידישע היסטאָריש- עטנאָגראַפישע געזעלשאַפט, װאָס האָט זיך פאַרנומען מיט צונויפזאַמלען און פאָרשן דעם יידישן פאָלקסשאַפן. אין שפּיץ פון דער געזעלשאַפט איז געשטאַנען ש. אַנסקי, און שוין אויף דער ערשטער זיצונג פון קאָמיטעט איז באַשלאָסן געװאָרן צו שאַפן אַ מוזיק-סעקציע מיט בערנשטיינען בראש,

דעם 22סטן פעברואַר 1919 איז פאָרגעקומען די ערשטע זיצונג פון דער מוזיק- סעקציע, וועלכע האָט באַלד אונטערגענומען די ערשטע קאָנקרעטע שריט אויף צו פירן איר אַרבעט. צו די אַקטיווסטע טוער האָבן געהערט: ביבליאָטעקער חייקל לונסקי, די מוזיקערס יעקב גערשטיין און אברהם סליעפּ און דער זינגער יוסף װינאָגראַדאָוו. די זאַמל-אַרבעט האָט בעיקר געמאַכט בערנשטיין. ער האָט פאַרשריבן הונדערטער לידער, מאָטיוון און ניגונים. ח. לונסקי פלעגט ברענגען ,לעבעדיקע פאָרזינגער" און דער חזן האָט פון זיי אַרױסבאַקומען די מעלאָדיעס און זיי איבער- געטראָגן אויפן פּאַפּיר,

ער האָט זיך איבערגעגעבן דער זאַך בלב ונפש, און נאָך אַכט יאָר אַרבעט האָט ער געהאַט מאַטעריאַל אויף צוויי גרויסע לידער-זאַמלונגען, צוליב אָרגאַניזאַציאַנעלע און פינאַנסיעלע מניעות, איז אָבער באַשלאָסן געװאָרן אַרױסצוגעבן איין טייל, און אַזױ איז אין יאָר 1927 דערשינען דער באַקאַנטער אין דער מװזיקאַלישער וועלט מװיקאַלישער פּנקס, אַ ניגונים-זאַמלונג פון יידישן פאָלקס-אוצר, מיט טעקסטן און דערקלערונגען, געזאַמלט פון א. מ. בערנשטיין און אַרױסגעגעבן פון דער ווילנער יידישער היסטאָריש-עטנאָגראַפישער געזעלשאַפט, אויף דעם נאָמען פון ש. אַנסקי ז"ל. די זאַמלונג, װאָס ציילט 242 לידער, איז געװאָרן איינגעטיילט אין שבת-און-יום-טוב-לידער, חסידישע ניגונים, חתונה-לידער, טענץ און אַנדערע. פון מוזיקאָלאָגישער חשיבות זענען אויך די אינפאָרמאַציעס און באַמערקונגען פון זאַמלער, וועלכע זאָגן צדות וועגן זיין װיסנשאַפּטלעך-פאָרשערישן צוגאַנג צו די אוצרות פון יידישן פאָלקסגעזאַנג. אַ שאָד נאָר, װאָס די באַשטימטע פאַר דער צווייטער זאַמלונג פאָלקסלידער זענען אַװעק מיטן רויך.

און צום סוף נאָך צוויי פּרטים וועגן זיין שעפערישער טעטיקייט. איינס : ער איז עס געווען דער קאָמפּאָזיטאָר פון דער פּועלי-ציון-שבועה ,מיר שווערן, מיר שווערן", און צוויי: ער האָט אויך אָנגעשריבן אַ לערן-בוך פאַר סאָלפעזש, וועלכער איז געװאָרן אָנגענומען אין די יידישע שולעס אין ווילגע.

70 | י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

צִּ

אין אַ באַמערקונג פון דער רעדאַקציע צו אַן אַרטיקל פון חזן אברהם משה בערן- שטיין, װאָס איז געווען געדרוקט אינעם ערשטן נומער די חזנים-וועלט אין װאַרשע, נאָוועמבער 1922, לייענט זיך פאָלגנדיקס: ,דער מחבר פון דאָזיקן אַרטיקל איז דער פאַרשטאָרבענער געלערנטער חזן פון ווילנע, וועלכער איז געוען זייער פרוכטבאַר אין זיין שאַפונגסקראַפט און אַלס אַזעלכער האָט ער קיין פאַרטרעטער נישט איבערגעלאָזט. געווען איז ער אַ גרויסער משׂכיל, בן-תורה און טיפער מוזיקאָלאָג אויפן געביט פון חזנות. זיין שאַפן איז נישט בלויז טעאָריע און טרוקענע האַרמאָניע, נאָר תמיד רייך אין אינהאַלט. ער האָט זיך שטענדיק געהאַלטן ,אין דעם מיטן וועג" פון קלאַסישן און מאָדערנעם, אָבער גלייכצייטיק איז ער געווען רעליגיעזיפאָלקסטימלעך. ער האָט פאַרמאָגט אַ גרויסע יידישע יום-טובדיקע נשמה",

א. מ. בערנשטיין, װאָס האָט געהערט צו די פונדאַמענטן-לייגערס פון מאָדערנעם חזנות, איז אויך געווען דער ערשטער און שענסטער אָפּשפּיגלער פון נוסח-ווילנע אין דער יידישער וועלטלעכער פאָלקסמוזיק.

ב יב ליאָ ג ראַ פיע

1 לעקסיקאַן פון דער נייער יידישער ליטעראטור -- אַלװעלטלעכער יידישער קולטור" קאַנגרעס -- ניו-יאָרק 1956 (זי 404).

2 זלמן רייזען: לעקסיקאַן פון דער ייד. ליטעראַטור 1928 (ז"ן 369-2367),

3 דייר ח יים ה אַ ר יס : תולדות הנגינה והחזנות בישואל -- , הוצאת בצרון", ניו-יאָרק, 0,

4 נחמן מייזיל:יידישע טעמאטיק און יידישע מעלאָדיעס ביי באַװווסטע מוזיקער -= ,איקוף", ניװ-יאָרק, 1952,

5 מויקאַלישטר פּנקס, נינונים זאַמלונג פון א. מ. ב ערנש טיין, ערשטער בוך, ווילנע 1927, :

6 די חזנים"וועלט, בערנשטיין-נומער, װאַרשע, מאַי 1924 (ז"ז 121).

1 ד. אייזנשטאַט אן א. פּראַגער: אַלנגטמײנער מװויק"לעקסיקאַן -- װאַרשע 5 וז' 13).

8 /די שול און די חזנים-וועלטיי -- בֿוענאָס-איירעס, אָקטאָבער 1967, נומער 5 (זי 21),

9 ישראל שליטא: החמוסיקה חיהודית ויוצריה -- תל-אביב 1960 (ז' 105, 107, 108).

0 של' יטא -- שטייניץ: אנציקלופדיה למופסיקה -- תל-אביב, 1950 (ז"ז 166-164).

ו. 4 ס6מצט1סט ,1953 ,צצסצ טסאג -- /401201004 600/010701 : פסזםמפ1 מסמ8זסז) (ז' 68)

פּנקס פון דער געשיכטע פון ווילנע אין די יאָרן פון מלחמחה און אַקופּאַציע -- ווילנע, 2 (רעדאַקציע-קאַלעגיע : ז. רייזען, ש.ל, ציטראַן, דייר צ. שאַבאַד און ד"ר א. וויר" שובסקי).

2 פולע רשימה פון א.מ. בערנשטיינם קאַמפּאַזיציעס -- די חזנים:-וועלט -- װאַרשע, מאַי 1924 (זייז 8, 9, 10).

4 נתן סטאַָלניץ: ננגינה אין יידישן לעבן, טאָראָנטאַָ 1957 (ז"ז 24-22, 25, 30),

5, מאַַריץ ג ר אַ ס מ אַן: יידישע ווילנע אין װאָרט און בילד, ווילנע 1925 (ז' 41).

הענריק גאָלד (1902 == )

דער ערשטער אַמעריקאַנער קלאַנגפילם ;דער זינגענדיקער בלאַזן" -- מיט אַל, דזשאָלסאָן אין דער הױיפּטיראָלע -- װאָס איז אין משך פון לאַנגע חדשים עקספּאַ- נירט געװאָרן אין גרויסן קינאָיזאַל ;ספּלענדיד?" אויף סענאַטאָרסקאַ-גאַס אין װואַרשע, איז געווען אַ װענדפּונקט אין דער לאַגע פון מוזיק-לעבן אין פּוילן דער קלאַנגפילם האָט שנעל אַרױסגע- שטופּט דעם שטומען פילם, און טויזנטער מוזיקערס, װאָס זענען ביז דעמאָלט געווען באַשעפטיקט ביים שפּילן אין די קינאָס, האָבן פאַרלוירן זייערע אַרבעטס-פּלעצער. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ דראַנג נאָך מאַטעריעלער רעקאָמפּענסאַטע און, װוי שװאָמען נאָכן רעגן, זענען אױיסגעװואַקסן אָרקעסטער-אַנסאַמבלען, קלענערע און גרעסערע, װאָס האָבן זיך פאַרמאָסטן צו זיין די פאַרשפּרײטער פון טאַנץ-און-דזשאַזימוזיק אין פּױלן

צווישן די פּיאָנערן זענען געווען די ברידער אַרטור און הענריק גאָלד, די ברידער יעזשי און סטאַניסלאַוו פּעטערסבורסקי, זיגמונט קאַראַסינסקי און שמעון קאַטאַשעק, קאַזשימיעזש ענגלאַרד, יוליאַן האַליצקי און נאָך אַ סך אַנדערע. זיי אַלע האָבן אויפגעשטעלט אַ טאַנץ-מוזיק-אינדוסטריע, װאָס האָט פאַרנומען אַן אָנגעזעענעם אָרט אין קולטור-פאַרװײילערישן לעבן פון פּוילן. צום שפּיץ-לײיטער אויף דעם אָפּשניט איז אָבער דערגאַנגען הענריק גאָלד, װאָס איז שוין פון פריער געווען באַקאַנט װי אַ חסיד פון לואיס אַרמסטראַנגס ריטמישע דזשאַזימעלאָדיעס.

צִּ

געבוירן איז ער אין װאַרשע ביי אַ משפּחה, װאָס ביידע צדדים האָבן געשטאַמט פון מוזיקערס. די מוטער -- פון דער קלעזמעריש-מוזיקאַלישער משפּחה מעלאָדיסטאַ, און דער פאָטער מיכאַל -- אַ מוזיקער מיט יחוס אבות און יחוס עצמו פון די ערשטע פלעטיסטן אין װאַרשעװער אָפּערע-אָרקעסטער. ביי צוויי יאָר איז אים דער פאָטער געשטאָרבן : זיצנדיק ביים פּולפּיט בשעת אַ ,קאַרמען"-פאָרשטעלונג, האָט ער זיך דערפילט שלעכט. דער אינסטרומענט האָט זיך אים אַרױסגעגליטשט פון דער האַנט און ער האָט אויסגעהויכט זיין נשמה. און אַלט געווען איז ער דעמאָלט 48 יאָר,

אַ שווערער איז געווען דער גורל פון קליינעם הענריק. ער איז אַװעקגעריסן געװאָרן פון דער מאַמע און געשיקט געװאָרן צו זיינעם אַ פעטער אין ווייטן טאַמבאָו, רוס- לאַנד, װוּ אַלע קרובים זיינע האָבן זיך פאַרנומען מיט זיין דערציונג... אין עלטער

72 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוױלן

פון פינף יאָר האָט ער אָנגעהױבן לערנען פידל און נישט לאַנג נאָך דעם איז ער געװאָרן אַ שילער אין דער קאָנסערװאַטאָריע אויפן נאָמען פון אַלעקסאַנדער גלאַזו" נאָוו. שוין דעמאָלט האָט עֹר זיך אויסגעצייכנט מיט זיין ווייכן טאָן און מיט זיין נייגונג צו אימפּראָװיזאַציע. פלעגט ער זיך אָפּט אַװעקשטעלן אין אַ ווינקעלע פון צימער און פליענדיק מיט די דינע פינגערלעך איבער די סטרונעס אױסשפּילן אויף זיין פידעלע דעם צער פון זיין נשמה,

ער איז צוריקגעקומען קיין װאַרשע און אַרײנגעטרעטן אין דער מוזיק-קאַנסערװאַ- טאָריע, װוּ זיינע פּראָפּעסאָרן זענען געווען סטאַניסלאַוו באַרצעװיטש און מיכאַלאָי וויטש. גלייכצייטיק האָט ער געשפּילט פּראָפּעסיאָנעל, װוּ עס האָט זיך נאָר געלאָזט. אַבי צו פאַרדינען אויף אַ שטיקל ברויט. און אַזױ איז ער אין עלטער פון 17 יאָר געװאָרן דער יינגסטער מיטגליד פון װאַרשעװער פילהאַרמאָניע-אָרקעסטער, דערווייל האָט זיך אין מוזיקאַלישן לעבן פון ניי-אויפגעקומענעם פּױלן אָנגעהױיבן אַ פּראָצעס, װאָס איז שוין געהאַט צייטיק געווען אין גאַנץ אײראָפּע, דער דורכ- שניטלעכער מוזיק-ליבהאָבער איז מיד געװאָרן צו הערן די טראַדיציאָנעלע קלאַנגען פון דער אָפּערע-סימפאָנישער מוזיק, ס'האָבן מער נישט אימפּאָנירט די באָמבאַסטיש אויסגעזונגענע אָפּערע-אַריעס און װירטואָזיש-אויסגעקינצלטע פידל-קאַדענצן. ס'האָבן זיך צעקלונגען נייע מעלאָדיעס: פון איין זייט די געמיטלעכע קלאַנגען פון די ווינער װאַלצן און פון דער צווייטער -- די ריטמיש-אויסגעהאַקטע דזשאַזיטענער פון די ניו-אָרלעאַנער נעגערס,

הענריק גאָלד איז באַצױבערט געװאָרן פון די נייע קלאַנגען, און טראָץ זיין דערפאָלג וי דיריגענט פון מיליטערישע אָרקעסטערס, האָט ער זיך איבערגעװאָרפן אויף דעם נייעם אַרט מוזיק און געװאָרן איינער פון זיינע פּרעקורסאָרן און ענטוזיאַסטן ער האָט געגרינדעט אַ קליינעם, געקליבענעם אָרקעסטער, װאָס איז געװאָרן דער רעפּרעזענטאַנט פון אָט דער נייער מוזיק-באַװעגונג אין פּוױלן.

קאָנצערטירט האָט ער מיט זיין אַנסאַמבל אין דער באַרימטער ,זשעמיאַנסקאַ"? אויף קרעדיטאָװאַ-גאַס, אין דער עלעגאַנטער ,אַדריאַ" אויף מאָניושקאָ-גאַס און אין רעווי-טעאַטער , מאָרסקע-אָקאָ" אויף שענקעוויטשאַ. צו זיין רעפּערטואַר האָבן דעמאָלט געהערט די װאַלצן, מאַרשן און קאַדרילן פון יאָהאַן שטראַוס דער זון (1825---1899), אויסצוגן פון ,לייכטע קאַװאַלעריע" פון פראַנץ סופּיי (1819---1893), די װאַלצן פון עמיל װאַלדטויפל (1827--1915), די ,מאַרטאַ"-אווערטורע פון פרי- דעריק פּלאָטאָ (1812--1883) און אַנדערע שאַפונגען, ענלעכע אין זייער כאַראַקטער צו די אויסגערעכנטע, | הענריק גאָלד איז אָבער נישט געשטאַנען אויף איין פּלאַץ. ער האָט גענוי געהערט װאָסערע מעלאָדיעס עס טראָגן זיך פון דער ווייטנס. און אין די דעמאָלטדיקע טעג, אין די צװאַנציקער יאָרן, האָבן שוין די מיט עטלעכע יאָר פריִער, צופעליק אויפן טראָמפּעט אױיסגעבלאָזענע טענער פון דעם נעגערישן פריזירער בודדי באָלדען, געהאַט איינגענומען אַ שטיק וועלט. עס האָבן זיך באַװויזן אין גאַנצן נייע אַנסאַמבל- צוזאַמענשטעלן מיט נייע רעפּערטואַרן. די שטרייך-און-האָלץיאינסטרומענטן האָבן

.- הענריק גאַלד | 13

אָפּגעטרעטן זייער אָרט די בלעכענע און מעטאַלענע כלים און די איידעלע פידל- פלאַזשאָליעטן האָבן איבערגעגעבן זייער ראָלע דער רוישיקער פּױיק. דער דזשאַז, װאָס האָט שוין געהאַט באַהערשט אַמעריקע, האָט זיך אויך פאַרנומען צו באַזעצן אײראָפּע, | אָבער דאָ איז דער ועג נישט געווען קיין לייכטער. עס האָט זיך צעפלאַקערט אַ שאַרפער וויכוח וועגן עצם-מהות פון דזשאַז. געווען אַזעלכע, װאָס האָבן אין די ריטמיש-אויסגעקלאַפּטע, געבראָכענע מעלאָדישע ליניעס געזען אַ דערשיינונג פון |ביליקן געשמאַק מיט נישט-געצוימטן לעבנסלוסט, און געווען אַזעלכע, װאָס האָבן אין זיי געפונען דעם אויסדרוק פון דער אָנקומענדיקער דינאַמיש-אַטאָמישער עפּאַכע. אַלע אָבער האָבן מודה געווען, אַז אַ דאַנק זיין פאַסצינירנדיקער ווירקונג װעט דער דזשאַז זיכער אויסברייטערן זיינע קינסטלעריש-יעסטעטישע האָריזאָנטן און װעט מיט זיינע װוערטן אַריינדרינגען אין דער ועלט פון דער ערנסטער סימפאָנישער מוזיק. און ס'איז טאַקע אַזױ געשען, אַז אַזעלכע קאָמפּאָזיטאָרן װי מאָריס ראַװעל (1875--1925), איגאָר סטראַװינסקי (1882--), קורט ווייל (1900---1950), אַרטור האָנעגער (1892---1955), זשאָרזש גערשווין (1898--1927) און אַ סך אַנדערע אַװאַנ- גאַרדיסטן פון דער נייער מאָדערנער מוזיק, האָבן אין זייערע קאָמפּאָזיציעס אַרײנ- געפירט עלעמענטן, װאָס זענען געווען טיפּיש פאַרן פאַרוויילונגס-דזשאַז,

אָבער אין דער צייט, ווען עס זענען אָנגעגאַנגען טיפע פּאָליטיש-געזעלשאַפטלעכע דיסקוסיעס און פלאַכע דיװאַגאַציעס איבערן דזשאַז און זיין צוקונפט, האָט זיך הענריק גאָלד אויסגעטרעטן זיינעם אַן אייגענעם פּשרה-וועג, װאָס איז געװאָרן דער וועג פון דער גאַנצער לייכטער פאַרוויילונגס-מוזיק אין פּוילן. אַליין אַ פאַרליבטער אין דער אײראָפּעישער מוזיק פון 19טן יאָרהונדערט, האָט ער זיך קודם כל באַנוצט מיט סענטימענטאַלע מעלאָדיעס, נאָענטע דעם אויער פון פּוילישן מעלאָמאַן, און גלייכצייטיק אַדאָפּטירט די נייע ריטמען, איײנגעװאַנדערטע פון מעבר לים, װאָס זענען געווען דער צייכן פון דער נייער צייט. זענען טאַקע זיינע הונדערטער קאָמפּאָ- נירטע טאַנגאָס, סלאָוו-פאָקסן, פאַָקסטראָטן, װאַלצן און סתם שלאַגערס געוען אַ צונויפשמעלצונג פון זיסער מעלאָדישקייט מיט סינקאָפּירטער דינאַמישער ריטמיק, ער האָט אויך נישט געשפּאָרט קיין יידישע מאָטיוון, דורכגעפלאַכטענע מיט דער פּאַרגרעסערטער סעקונדע און כראָמאַטישע גליסאַנדאָס, װאָס האָבן אין פּױילן געהאַט אַ סך חסידים, אַפילו צווישן די פּאָליאַקן. אַחוץ דעם איז ער געווען דער מייסטער פון אימפּראָװיזאַציע. ער האָט געשאַפן אינטויטיוו און ספּאַנטאַניש, בשעתן זיין אין קאָנטאַקט מיטן ענטוזיאַזמירטן עולם, מעשׂה סטעמפּעניו. און אויב די אינגערענץ פון צופעליקייט אין דער שאַפונג װוערט באַצײיכנט וי אַלעאַטאָריזם -- קען מען דרייסט זאָגן, אַז הענריק גאָלד איז געווען פון די ערשטע אַלעאַטאָריסטן אין דער מוזיק.

צווישן זיינע אַממערסטנס באַקאַנטע שלאַגערס זענען געװען: ;בענקשאַפט" (/1081:0048'), , יאַשמין" (7עמ1מ:185), ?אַז כ'וועל מיך היינט אָנשיכורן" 1819 6 6215 810 18)), ,גיי נישט אַװעק פון מיר" (0216מ0664 0608002 1616),

24 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

;מיין ערשטע און לעצטע" (081810124 1 16/828ק 8(סזא), /אַ שאָד דיינע טרערן" (162 000010604 5228068) און אַנדערע.

די צווייטע וועלט-מלחמה האָט אים פאַרטראָגן קיין רוסלאַנד, װוּ ער האָט צוזאַמען מיטן צווייטן פּאָפּולערן שלאַגער-קאָמפּאָזיטאָר יעזשי פּעטערסבורסקי געגרינדעט אַ גרויסן טעאַטראַליזירטן דזשאַזיאָרקעסטער, מיט וועלכן ער האָט קאָנצערטירט אין די גרעסטע שטעט פון ראַטן-פאַרבאַנד (זיינער אַ קאַנצערט אין מאָסקװע, אונטערן פרייען הימל, האָט אַ מאָל געצויגן אַן עולם פון 25,000 מענטשן), און אין יאָר 1942 איז ער מיט דער אַרמײ פון גענ. אַנדערס געקומען קיין ארץ-ישׂראל, װוּ ער האָט זיך אויך פּאָפּולער געמאַכט מיט די לידער ;ארצנו הקטנטונת", ,רוח" און ,שלום", לידער, װאָס זענען אין אַ געוויסער צייט נישט אַראָפּגעגאַנגען פון די ליפּן פון דער יידישער יוגנט אין יידישן לאַנד. די לעצטע יאָרן געפינט ער זיך אין ניו-יאָרק,

צּ

די ברייט-פאַרצווייגטע טאַנץ-און-דזשאַזימוזיק אין פּוילן, װאָס איז אין איר איבער- וויגנדיקער מערהייט געלעגן אין יידישע הענט, איז גייסטיק-מוזיקאַליש אינספּירירט געווען פון איר ברויזנדיקן שעפער הענריק גאָלד. ער האָט איר אָנגעװאָרפן זיין סטיל, װאָס איז געווען דורכגעדרונגען מיט יידישן סענטימענטאַליזם, אײיראָפּעיִשן עסטע- טיזם און מאָדערנעם דינאַמיזם. און פּונקט וי אין אַמעריקע בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, איז אירווינג בערלין (אַ חזנס אַ זון) געווען דער װאָס האָט מיט זיינע לידער אַרײנגעטראָפן אין פּינטעלע פון יעדן אַמעריקאַנער און זיינע לידער זענען געזונגען געװאָרן דורך דער אַמעריקאַנער אַרמײ אויף אַלע פראָנטן, װוּ זי האָט געקעמפט -- אַזױ איז אויך הענריק גאָלד אין פּוילן אין דער תקופה פון צווישן ביידע וועלט-מלחמות געווען דער, װאָס האָט מיט זיין פּאָפּוילערן ליד אַריינגעברענגט פרייד און ליכטיקייט אין אַלע הייזער פון פאַרמלחמהדיקן פּױלן,

ביב ליאָג ראפיע

ד. אייזנשטאַט אן א. פּּראַגער: פאַלגעמײנער מזיק-לעקפיקאָן', װאַרשע 6 (זי 150). 2. 1967 141886 100 0601/100161) : 8860114811 .1. (זייז 95, 103, 225).

בראַניסלאַוו גימפּעל (נעב. 1 אין לטמבטערג)

אין פאַרמלחמהדיקן פּוילן האָבן געלעבט ברייט-פאַרצװוייגטע פאַמיליעס, װאָס זייע- רע נעמען זענען עטלעכע דורות געוען פאַרבונדן מיטן יידישן טעאַטער-און מו- זיק-לעבן. איינגעפונדעוועטע און פאַר- װאָרצלטע, האָבן זיי געבויט נייע קולטור- צווייגן און דורך דעם אויך אויפגעשטעלט פרישע עקאָנאָמישע פּאָזיציעס, װאָס זענען געווען אַ מקור פון פּרנסה פאַר הונדער- טער יידישע קונסט-אַרבעטער און זייערע משפּחות, זיי האָבן אין זייער אַרבעט געפונען גייסטיקע צופרידנקייט און זייער אָפט זענען די קינדער געגאַנגען אין די וועגן פון זייערע עלטערן.

אַזאַ איינע איז געווען די מערקווירדיקע װירטואָזז-משפּחה גימפּעל אין לעמבערג, שוין אין די לעצטע יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט האָבן די גימפּעלס זיך פאַרנומען מיט יידישן טעאַטער, און שפּעטער -- אין משך פון אַ האַלבן יאָרהונדערט --- מיט דער גרעסטער מי און ענערגיע אים אַנטװיקלט און געפירט צו אַלץ העכערע שטאַפּלען, און אַזױ איז די משפּחה גימפּעל אין לעמבערג געווען אַ סינאָנים פון יידישער טעאַטער-קונסט,

דער יסודות-לייגער פון דער משפּחה איז געווען יעקב-בער גימפּעל, אַ געוועזענער זינגער פון דער אָפּערע אין לעמבערג. ער האָט אָבער פאַרלאָזט די שיינע בינע פון דער גוייַשער אָפּערע און זיך אײינגעשפּאַנט אין אָרעמען וועגעלע פון יידישן װאַנדערנדיקן אַקטיאָר. ער האָט עס געשלעפּט אַזױ לאַנג, ביז ער האָט געשאַפן אַ היים פאַרן יידישן טעאַטער אין לעמבערג, און נאָך זיין טוט האָבן זיינע צוויי זין איבערגענומען דעם טאַטנס לעבנס-ווערק. דער עלטערער איז געװאָרן דער געשעפטס-פירער פון טעאַטער, און דער צווייטער, אַדאָלף, װאָס האָט פאַרמאָגט מוזיקאַלישע בילדונג -- איז געווען דער מוזיקאַלישער לייטער און דיריגענט פונעם טעאַטער-אָרקעסטער,

אַדאָלף גימפּעל האָט געהאַט דריי זין און אַלע דריי זענען אויסגעװואַקסן פּראָפּעסיאַ- נעלע, דערפאַלגרייכע מוזיקערס: דער עלטסטער, קאַראָל, איז געווען אַ װווּנדער- באַרער אַקאָמפּאַניאַטאָר, װאָס פלעגט אַרױסטרעטן אויף קאָנצערטן מיט די גרעסטע זינגערס-סאָליסטן און װאָלין:װוירטואָזן, פּוילישע, וי אויך אויסלענדישע געסט, װאָס זענען געקומען אויף גאַסטראָלן קיין פּױלן. ער איז אויך געווען דער שטענ- דיקער פּיאַנאָדבאַגלײטער פון זיין יינגסטן ברודער בראָניסלאַװ אויף אַלע זיינע

76 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

קאָנצערטן-טורנעען איבערן לאַנד און איבער דער װעלט. דער צוייטער, יעקב, אָדער, װי מען פלעגט אים רופן קובאַ, איז געווען אַן אויסגעצייכנטער פּיאַניסט, װאָס איז געווען באַקאַנט אויסער די גרענעצן פון לאַנד, אין וועלכן ער האָט געלעבט. ער האָט זיך קונה"שם געווען מיטן אינטערפּרעטירן די שאַפונגען פון שאָפּען, און ער איז טאַקע געווען פּרייזטרעגער פונעם שאָפּען-קאָנקורס אין װאַרשע אין יאָר 1927,

דער ייִנגסטער פון די דריי ברידער איז געווען בראָניסלאַ, און אים האָט דאָס מזל מער צוגעשפּילט וי אַלע אַנדערע אין דער גאַנצער משפּחה. די מאַטעריעלע לאַגע פון דער היים איז שוין דעמאָלט געוען אַ לייכטערע און עס זענען נישט געווען קיין שום מניעות, װאָס זאָלן שטערן אין געבן אים די געהעריקע מוזיקאַלישע אויסבילדונג. צי ס'איז געגאַנגען אין די בעסטע פּעדאַגאָגישע כוחות אין זיין געבוירן-שטאָט לעמבערג, צי ס'האָט זיך געהאַנדלט אין שיקן אים קיין ווין און שפּעטער קיין בערלין --- אין אַלע פאַלן האָבן די אַרומיקע נאָענטע זיינע געטאָן אַלץ, בכדי אים צו ברענגען צו אַ העכערער מדרגה, אים צו דערפירן צו די שטאַפּלען פון װירטואָזיטעט,

און בראָניסלאַוו גימפּעל האָט נישט אַנטױשט: אין די צװאַנציקער יאָרן איז ער פאַררעכנט געווען, וי איינער פון די גרעסטע װאָלין-װירטואָזן אויף דער וועלט. וועגן דער היים פון די גימפּעלס שרייבט זיגמונט טורקאָוו אין זיין בוך די איבער- געריסענע תקופה :

;מיר זענען געווען אָפּטע איינגיישר ביי דער פאַמיליע פון דעם קאַפּעלמײסטער אַדאָלף גימפּעל. זיין ליבע פרוי האָט פאַרשטאַנען צו שאַפן אַן אַטמאָספער, פון וועלכער ס'האָבן גערן גענאָסן צופעליק צוגערייזטע קינסטלער, וי אויך אייגענע, לעמבערגער אַרטיסטן, אָנפאַנגער, אַװאַנסירטע און אָנערקענטע קינסטלער פלעגן שעהענווייז זיצן אין דער באַשײדענער דירה און מיט אַ פאַרכאַפּטן אָטעם הערן דעם דאַן נאָך יונגן פּיאַניסט יעקב (קובאַ) גימפּעל, װאָס פלעגט מיטרייסן מיט זיין רייפער טעכניק און ברויזנדיקן טעמפּעראַמענט. און אָט ווענדט זיך די מוטער צום יינגסטן, דעם שפּעטער-באַרימטן פידלער בראָניסלאַוו גימפּעל, ער זאָל מהנה זיין די געסט. דאָס אָרט פון קובאַ ביי דער פּיאַנע פאַרנעמט דער עלטסטער, קאַראָל, | דער טאַטע טראָגט אונטער בראָניסלאַװון דעם פידל און ס'הייבט זיך אָן אַ נייער קאָנצערט. דאָס יונגע צעשמייכלטע פּנימל פון בראָנעקן וערט ערנסט, די גרויסע, אויסדרוקפולע אויגן -- האַלב פאַרזשמורעט. מען פאַרגעסט, אַז ס'שטייט פאַר אונדז אַ יונג בחורל אין קורצע הייזעלעך. דער בין-השמשות הייבט אָן צו ווירקן אויף דער פאַנטאַזיע, נישט וייניקער װי די טענער פונעם װירטואָזס פידל אויף דיין געהער,

טראָגסט זיך אַריבער ערגעץ אין אַ גענואַ און שטעלסט זיך פאָר, אַז אַזױ פלעגט געוויס דער קליינער פּאַגאַניני אויסצויבערן זיינע טענער און פאַרכּישופן די צוהערער... ס'האָט זיך מיר אַן איבריק מאָל באַשטעטיקט די ויכטיקייט פון אַנטשפּרעכנדיקער אַטמאָספער פאַרן קינסטלער און פאַר זיין אַנטװיקלונג-וועג.

בראָניסלאַוו גימפּעל 77

אַלץ, דאַכט זיך, איז געווען אין דער דאָזיקער היים אױיסגעטאָן פון װאָכעדיקײט ‏ און האָט עדות געזאָגט אויף אַ שטרעבונג צו ,אויב נישט נאָך העכער.."

אַ מין יום-טוב, װאָס רייסט זיך אַרױס פון דער גראָער װירקלעכקייט, אַ מין גייסטיקער כאַשיש, װאָס דערקוויקט, באַרוישט און װעקט די אונטערבאַװוּסטזיניקע בענקשאַפט נאָך שבת-יום-טובדיקייט"..,

צּ | געבוירן איז בראָניסלאַוו גימפּעל אין יאָר 1911. פון די יינגסטע יאָרן האָט דער קליינער בראָנעק אַרױסגעװיזן טאַלאַנט און נויגונגען צוֹ פידל און די ערשטע לעקציעס האָט ער באַקומען פון זיין פאָטער אַדאָלף. ווען דער טאַטע האָט זיך איבערצייגט, אַז עס איז כדאֵַי דעם זון צו לאָזן אויפן שווערן עג פון מוזיק האָט ער אים איבערגעגעבן אין די הענט פון אױיטאָריטאַטיון פּעדאַגאָגימוזיקער און װיאָלין-פּראָפּעסאָר מאַוריצי װאָלפסטאַהל. דער לערער האָט שנעל דערזען בראָנעקס פעיקייטן און נאָך מער אָפּגעשאַצט זיין שטאַרקן ווילן צו לערנען. ער האָט אים פאָרױיסגעזאָגט אַ װירטואָזן'קאַריערע. אויפן פאַרלאַנג פון זיין לערער איז ער געשיקט געװאָרן קיין ווין, װוּ ער האָט געלערנט אין דער מוזיק-אַקאַדעמיע, און שפּעטער קיין בערלין -- אין דער מוזיק-הויכשול. צװוישן זיינע לערערס זענען געווען קאַראָל פלעש און בראָניסלאַו הובערמאַן.

עס האָט לאַנג נישט געדויערט, און בראָניסלאַװ גימפּעל איז באַקאַנט געװאָרן אין אַלע הױפּטשטעט פון אײראָפּע. עס האָבן זיך פאַר אים געעפנט די קאָנצערט- זאַלן פון דער גאַנצער װעלט און ער האָט קאָנצערטירט אין אַלע אײראָפּעישע לענדער, וי אויך אין צפון-און דרום-אַמעריקע. ער האָט אומעטום באַצויבערט מיט זיין שפּילן, אָבער אויף אַ ספּעציעל-גוטער באַציָונג צו זיך האָט ער אָנגעטראָפן אין לאַנד פון מוזיק, אין איטאַליע. דאָרט האָט ער געהאַט אַ קאָלאָסאַלן דערפאָלג און זיינע אַרױסטריטן האָבן אים געברענגט אָנערקענונג און אָנזען

בראָניסלאַוו גימפּעל האָט בכלל ליב געהאַט די איטאַליענישע מוזיק און פלעגט אַרײיננעמען אין זיינע רעטשיטאַלן שאַפונגען פון איטאַליענישע קאָמפּאָזיטאָרן. בעיקר האָט ער זיך ספּעציאַליזירט אויף די קאָמפּאָזיציעס פון פּאַגאַניני. די גאַנצע פַּרעסע האָט אים אויפגענומען מיט באַגײיסטערונג און אים געזונגען לויבלידער, געווען איז דאָס אין יאָר 1927, ווען אין אײראָפּע האָבן נאָך געבלאָזן דעמאָקראַטישע ווינטן און די לופט איז נאָך געווען אַ פרייע. אַפילו אין איטאַליע, װוּ. מוסאָליני האָט שוין רעגירט פינף יאָר, איז נאָך די אַטמאָספער געווען אַ ליבעראַלע. מען האָט דעם יונגן בראָניסלאַוו געברענגט אויפן קבר פון פּאַגאַניני, װוּ עס איז פאָר- געקומען אַן אַזכרהיפייערונג און מען האָט אים אונטערגעטראָגן פּאַגאַניניס פידל אויסצופירן זיינס אַ שאַפונג. ער איז געװען דער גאַסט פון מוסאָליני אין זיין פּריוואַטער היים און איז אויפגענומען געװאָרן פון איטאַליענישן קעניג אין זיין פּאַלאַץ. צום סוף איז ער אויך איינגעלאַדן געװאָרן צום פּוױפּסט אויף אַן אוידיענץ. די פּוילישע דיפּלאָמאַטישע פאָרשטייערשאַפט אין רוים האָט זיך מיט אים געגרויסט און אים צוגעטיילט גרויסן כבוד. און אַלט איז ער דעמאָלט אין גאַנצן געווען 17 יאָר.

78 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוױלן

נאָך די גרויסע דערפאָלגן אין איטאַליע, זענען צו אים אָנגעקומען אײינלאַדונגען פון די גרעסטע קאָנצערטזאַלן אין דער וועלט. און ווען ער איז אין 1928 געקומען קיין פּוילן, האָט מען אים ממש געטראָגן אויף די הענט. זיינע קאָנצערטן זענען געװאָרן ימים-טובים פאַר די יידישע מעלאָמאַנען אין פּוױלן. ער האָט דאָס פאַר- שטאַנען אָפּצושאַצן און ער האָט שטענדיק אין די פּראָגראַמען פון זיינע קאַנצערטן אַריינגענומען קאָמפּאָזיציעס פון יידישן כאַראַקטער און אינהאַלט. אויף זיינע אַרױסטריטן פלעגט ער לאָזן הערן : דזשאָװאַני"באַטיסטאַ װיטאַלי, פּאַבלאָ סאַראַ- סאַטע, ניקאָלאַי פּאַגאַניני, פעליקס מענדעלסאָן, הענריק װיעניאַוװסקי, מאַקס ברוך, לאַזאַר סאַמינסקי און יוסף אחרון.

אַחוץ די קאָנצערטן מיטן פילהאַרמאָנישן אָרקעסטער אין װאַרשע --- אין וועלכע ער האָט זיך באַטײליקט װי סאָליסט --- האָט ער צוזאַמען מיט זיינע צוויי ברידער איינגעאָרדנט באַלערנדיקע קאַמער-קאַנצערטן. בראָגיסלאַוו צוזאַמען מיט קאַראָלן האָבן געשפּילט סאָנאַטן, קאַראָל אַליין האָט געשפּילט שאָפּען און לישט און ביידע ברידער-פּיאַניסטן -- קאַראָל און יאַקוב -- פלעגן שפּילן שאַפונגען אויף צויי קלאַװוירן.

צּ

איך ברענג דאָ אַן אָפּשאַצונג פון זיין שפּילן, געגעבן דורך דעם אױטאָריטאַטיװוסטן מוזיק-קריטיקער אין פאַרמלחמהדיקן פּױלן, מנחם קיפּניס, געשריבן אין היינט, דעם 29סטן יאַנואַר 1928,

;דער יונגער בראָניסלאַװ גימפּעל באַזיצט אַ בליצנדיקע װירטואָזישע טעכניק און טוט אין זיין שפּילן מיט אַ באַזונדערער לייכטקייט און געפּערלטער געטאָקטקײט די שווערסטע אויפגאַבעס, װאָס אַ פידל-קינסטלער האָט בייצושטיין. דאָס איינציקע װאָס מ'דאַרף אויפמערקזאַם מאַכן דעם יונגען קינסטלער, איז די קאַרגקייט פון פאַרנעם, דאָס קאָנצענטרירן זיך מיטן פידל, מיט דעם טאָן, עפּעס אין אַן ענגן קרייז אַרום זיך, אָדער ריכטיקער געזאָגט --- אין זיך. עפּעס פעלט אים נאָך מאָמענטנװײיז מער פרייהייט אין דער שטריך-באַוועגונג און עס שפּירט זיך ביי אים אָפט אַ צוגעיאָגטע טעמפּאָ. דער דאָזיקער װירטואָז שפּילט אָבער מיט אַזױ פיל האַרץ- אויסגיסונג, מיט אַזױ פיל געפיל און איבערלעבונג, װאָס אויסער הובערמאַנען הערן מיר דאָס זייער זעלטן ביי אַן אַנדערן װיאָלין-קינסטלער. און דער טאָן זיינער איז אַזױ זיס, אַזױ באַצױבערנדיק און אויף דער העכסטער מדרגה אַריסטאָקראַטיש, אַ װיאָלין-טאָן, װאָס טראָגט אין זיך עפּעס ראַסנהאַפטיקס, װאָס ציט די יניקה פון אַן אַלטן מוזיקאַלישן קװאַל, פון דור-דורות מוזיקער (און אויב איר ווילט יידישע מוזיקער), און איז דורך די מויקאַלישע נשמות דורות-לאַנג ראַפינירט און קולטיווירט געװאָרן,

אין דער אינדיווידועלער אויסדריקלעכקייט פון דעם איניקל פון דעם זיידן װאָס שלום-עליכם האָט אַזױ פאָלקסטימלעך באַזונגען, האָט דער דאָזיקער טאָן באַקומען דעם צויבער'גלאַנץ און טעמבער, װאָס מען הערט זײער זעלטן נישט גרויס איז דער טאָן און נישט איבעריק שטאַרק איז זיין קראַפט, אָבער

בראַניסלאַװו גימפּעל 79

העכסט אַריסטאָקראַטיש, און ריכטיקער געזאָגט: אַ שאַמפּאַניע-פירשטלעכער װיאָליןיטאָן.

אַ סודותדיקע דביקות שפּירט זיך אין דעם יונגן גימפּעלס שפּילן, און די קאַנטע- לענאַדשטעלן, און אויב איר ווילט, אַ ספּעציעלע יידישע דביקות, װאָס לאָזט זיך לעזן אויף זיין פּנים בעתן שפּילן, אין די גרימאַסן אַרום דעם מויל און פאַרמאַכטע אויגן (אַ מין חנן פון אַניסקיס דיבוק אין ערשטן אַקט). װוּנדערבאַר האָט אים באַגלייט אויפן קלאַװיר זיין עלטערער ברודער קאַראָל גימפּעל, פּשוט אַן אידעאַלישע צונויפגיסונג צווישן פידל און קלאַוויר".

מיט עטלעכע מאָנאַטן שפּעטער האָט בראָניסלאַו גימפּעל אָנטיײיל גענומען אין אַ סימפאָנישן קאָנצערט אין װאַרשע, אויף וועלכן ער האָט געשפּילט אונטער

קאנצעוט פון בּדאניסלאװ גימפּעל | דער יוּנגער װיאָ - דעם פזיטן דעטר - ליןיקינסטלער בּראָי חודש טרעט ער אויף ניסלאַוו גימפּעל װי- אלס סאָליסט אין דער אײיננעלאַדן קיין דער פילהאַרמאָניצ, פּױלן אויף אַ ריי | מיטן קאָנצערט דירי" קאָנצערטן, גירט דער בּאַװוּסטער אָסקאַר פרידי

דער באַטוטע פון דעמאָלט װעלטבאַרימטן יידיש-דייטשן דיריגענט אָסקאַר פריד, און אָט װאָס אַן אַנדערער מוזיק-קריטיקער האָט געשריבן וועגן דעם קאָנצערט : ,פריד און גימפּעל. אַ יום-טובדיקע שטימונג. צוויי שטערנס מיט אַ מאָל, צוויי יידישע גאונים -- דער געניאַלער דיריגענט אָסקאַר פריד און דער זייער טאַלאַנט- פולער פידלער בראָניסלאַװ גימפּעל. דער ערשטער שוין גרוי, באַלאָדן מיט וויסן און רום, דער צווייטער שטעלט איצט די ערשטע, אָבער זיגרייכע טריט אויף דער מוזיק-עסטראַדע פון דער ברייטער מזיקאַלישער וועלט..

..דאַן איז געקומען די ריי אויפן צווייטן גאון, בראָניסלאַוו גימפּעל. פון אָנהײיב אַ קוים-באַמערקבאַרע טרעמע, דער סמיטשיק ציטערט אַ ביסל אין פידלערס האַנט, אָבער באַלד װערט ער באַהערשט און עס צעשפּילט זיך אַ זיסער, מעלאָדישער קלאַנג: אַ ווייכער סאַמעטענער טאָן זינגט אויס אַ בענקשאַפטיליד, גימפּעלס שפּילן איז אוממיטלבאַר. ער שפּילט מיט געדולד, און דאָ ליגט זיין קראַפּט. ער רייסט מיט דעם צוהערער".

צִּ

די געשעענישן פון דער צייט האָבן נישט געלאָזט דעם קינסטלער רויק לעבן נאָך עטלעכע יאָר אַרבעט אין קעניגסבערג האָט ער פאַרלאָזט אײיראָפּע און געקומען

80 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פֿױלן

קיין. אַמעריקע זוכן אַ נייע היים. ווייזט אויס, אַז דאָס אינטעגרירן זיך אין נייעם לעבן איז אים לייכט נישט אָנגעקומען און עס איז אים דעריבער אויסגעפאַלן צו װאַנדערן איבער פאַרשידענע שטעט. און אַזױ, איז ער אין יאָר 1927 געווען טעטיק אין לאָס-אַנדזשעלעס, שפּעטער -- אין יאָר 1941 -- אין האָליװוּד, װוּ ער איז געווען דיריגענט פון יוגנטלעכן סימפאָנישן אָרקעסטער, און אין די יאָרן 1945--- 0 -- אין ניו-יאָרק, דיריגענט פון סימפאָנישן אָרקעסטער ביי דער קראַדיאַ- פאָנישער געזעלשאַפט אין ניו-יאָרק?. אין יאָר 1962 איז ער צוריקגעפאָרן קיין. פּוילן, װוּ ער האָט איבערגענומען די לייטונג פון ,װאַרשעװער שטרייך-קווינטעט".

צּ

וועגן דעם טראַגישן סוף פון די עלטערן גימפּעל שרייבט יאָנאַס טורקאָוו אין זיין בוך פאַרלאַשענע שטערן:

2.שפּעטער זענען געקומען די דייטשן און אומגעבראַכט דאָס לעמבערגער יידנטום צוזאַמען מיט די גימפּעלס און צזאַמען מיט דער גאַנצער יידישער טעאַטער- משפּחה אין לעמבערג. די עלטערן פון די מוזיקער קאַראָל, יאַקוב און בראָניסלאַװו גימפּעל האָבן זיך אַרומגעװאַלגערט אין געטאָ אויסגעהונגערטע און פאַרװאָרלאָזטע. זיי זענען דורך די דייטשן אַװעקגעשיקט געװאָרן קיין בעלזשיץ".

וועגן דעם עלטסטן זון קאַראָל שרייבט יצחק גרודבערג-טורקאָוו אין זיין בוך אױף מיין וועג, אַז ער איז געשטאָרבן אין יאָר 1942 אין תפיסה-שפּיטאָל אין בוכאַראַ. און װי עס גיט איבער זיגמונט טורקאָוו אין זיין בוך די איבערגעריסענע תקופה, געפינט זיך דער פּיאַניסט יאַקוב אין אַמעריקע.

אַזױ האָט די צווייטע וועלט-מלחמה איבערגעריסן אויף אײיביק די מוזיק פון דער משפּחה גימפּעל, װאָס װאָלט אין נאָרמאַלע צייטן נאָך לאַנגע דורות אָפּגעהילכט איבער דער וועלט,

ב יב ל י אַ ג ר אַ פ יע

1 זיגמונט טורקאָוו: ,די איבערגעריסענע תקופה", אַרױסגעגעבן -- צענטראַל- פאַרבאַנד פון פּוילישע יידן אין אַרגענטינע -- 1961 (ז"ז: 120, 1232, 1233),

2 יאָנאַס טורקאָוו: אפארלאָשענע שטערן, אַרױסגעגעבן -- צענטראַליפאַרבאַנד פון פּוילישע יידן אין אַרגענטינע -- 1953 באַנד 1 (ז"ז : 251-235).

יצחק טורקאָוו-גרודדבערג: ;אױף מיין וועג", אַרױסגעגעבן -- צענטראַל- פאַרבאַנד פון פּולישע יידן אין אַרגענטינע -- 1964,

4 48 ש 001306 שי שָסט0 1 201900 291/906003 : /ש18128707 1806082' 1600 (ז' 82) 1964 14181606, טי 24 1

5 מ. קיפּניס - אַרטיקל אין , היינט" פון 29סטן יאַנואַר 1928. אילוסטרירטע וואָך פון 19.10.1928 -- ;קאַנצערט פון בראַניסלאַו נימפּעל" (מיט פאָטאָ). |

. ד. אייזנשטאַט אן א. פּראַגער: אַלנעמײנער מװיקילעקסיקאָף' (3טער העפט), אַרױסגעגעבן אין װאַרשע 1936 (זי 167), - - הי

יעקב גלאַטשטײן (1895---1942)

פאַר די אַלע, װאָס האָבן זיך אינטערע- סירט מיט דער אומקום-תקופה פון פּױ- לישן יידנטום איז באַקאַנט דאָס בילד פון פּעדאַגאָג און שרייבער ד"ר יאַנוש קאָר- טשאַק מיט זיינע הונדערט קינדער, וועל- כע זענען געפירט געװאָרן אין װאַרשע צום , אומשלאַג-פּלאַץײ, אין זייער לעצטן וועג צום טויט. דאָס בילד איז געװאָרן דער סימבאָלישער אויסדרוק פון דער מאַרטיראָלאָגיע:תקופה, פּונקט וי דאָס באַקאַנטע בילד פון הירשענבערגן , גלות ספרד" איז געװאָרן דער סימבאָל פון יידישן גלות בכלל,

אַן ענלעכן איינדרוק מאַכט אויף יעדן מענטש דאָס בילד פון יעקב גלאַטשטײן מיט זיין קינדער-כאָר אין װאַרשעװער געטאָ, װאָס קוקט אויף אונדז אַראָפּ פון די ווענט פון ,יד ושם" אין ירושלים און פון מוזיי אין קיבוץ ;לוחמי הגיטאות". דאָס דאָזיקע בילד זאָגט עדות וועגן דער גאַנצער טראַגעדיע פון פּולישן יידנטום אין דער צייט פון דער נאַצי-אָקופּאַציע. אויסגעבלייכטע און איינגעשרומפּענע פּנימלעך, צעשראָקענע אויגן און איינגעפאַלענע בעקלעך, דאַרע און קראַנקע -- אַזעלכע זענען זיי געווען די קינדער-כאָריסטן, אָנטײילנעמער פון יעקב גלאַטשטײנס קינדער-כאָר אין געטאָ-װאַרשע. און ער אַלײן -- אַן אױיסגעדאַרטער, בלאַסער, מיט צער און צאָרן אָנגעפילטע, שװואַרץ-ברענענדיקע אויגן, אַן אויסגעהונגערטער און אויסגעמאַטערטער --- שטייט אין מיטן און אַרום אים זיינע קינדער, קינדער פון אױיסגעשטאָרבענע עלטערן, װאָס האָבן באַקומען אַ מקום-מקלט אין די קינדער-היימען און צוזאַמען מיט זייער דיריגענט און לערער געװאַרט אויף דער אויסלייזונג, אין צווישנצייט האָט געזאַנג אויסגעפילט זייער טרױיעריק לעבן איז ער געווען צוזאַמען מיט זיי, צוזאַמען מיט זיי זיך געפּײניקט און צװאַמען מיט זיי געשטאָרבן, ,און אַזױ װוי דער לעגענדאַרער בעל:תפילה, װאָס איז אַװעקגעפאַלן ביים עמוד בעת דער יום-כיפּורדיקער עבודה, אַוױי האָט יעקב גלאַטשטײן זיין לעצטן אָטעם אויסגעהויכט אין װאַרשעװער געטאָ נישט אַפּ- טרעטנדיק פון זיין עבודה און נישט אויפהערנדיק צו טראָגן פרייד און מוט צו די שקלאַפן פון נאַצי-געטאָי. (פון יזכור-בוך נאָך די אומגעקומענע צישיאָדלערער אין פּױלן),

82 י. פֿאַטער / יידישע מוזיק אין פּױילן

זיין לעבנס"ווטג

געבוירן איז יעקב גלאַטשטײן אין יאָר 1895 אין דער שטאָט לובלין און געשטאַמט האָט ער פון אַ מיוחסדיקער משפּחה. זיין פאָטער, משה, איז געווען שטאָט-חזן, זיין ברודערס זון, איז דער באַקאַנטער דיכטער יעקב גלאַטשטײן. ביידע יעקבס האָבן געלערנט ביי די בעסטע מלמדים, און ביידע האָבן זיך אָנגעזאַפּט מיט יידישן טראַדיציאָנעלן וויסן.

די שטאָט לובלין, װאָס האָט געצויגן איר תורה-יחוס פון די צייטן פון די גרויסע פּוסקים, רמ"א (רבי משה איסערלעס 1525--1572) און מהרש"ל (ר' שלמה לוריא 0-+--1572). איז נאָך אויך אין צװאַנציקסטן יאָרהונדערט געווען אַ שטאָט פון תורה און חכמה, די באַרימטע ,ישיבת חכמי לובלין? האָט אויסגעאיבט איר השפּעה אויף דער קהילה און די יידישע שטוב אין לובלין איז נאָך אין איר מערהייט געווען אַ טראַדיציאָנעל-ײידישע. אמת, עס האָבן שוין אין איר געבלאָזן נייע ווינטן, -- נאַציאָנאַל-ציוניסטישע, פּראַלעטאַריש-בונדיסטישע, בעליהבתיש- פאָלקיסטישע און נאָך אַנדערע --- אָבער די יידישע גאַס איז נאָך געבליבן גענוג אָפּגעשטאַנען. איז ענג געװאָרן יעקבן צו זיצן אין טאַטנס שטוב און זיך באַגנוגענען מיט זינגען אין זיין כאָר און זיין ביי אים דער ערשטער סאָליסט. ער האָט אָנגעהויבן זוכן נייע מעלאָדיעס, נייע אַקאָרדן און נייע װעלטן.

ער האָט געװוּסט, אַז דאָס װעט ער אין לובלין נישט געפינען, איז ער געגאַנגען אין די וועגן פון זיין עלטערן ברודער יוסף-שלמה, װאָס האָט זיך שוין געהאַט אַרױסגעריסן פון דער היים און געלערנט מוזיק אין דער װאַרשעװער קאַנסער- װאַטאָריע. ער איז אַװעק קיין װאַרשע, װוּ ער האָט געלערנט פלייסיק מוזיק און אויך אַלגעמײנע לימודים. ער האָט גענאַשט פון אַלעם, װאָס עס האָט זיך נאָר געלאָזט און ספּעציעל האָט ער אַרױסגעװיזן פאַראינטערעסירונג פּאַר ליטעראַטור, ער האָט געפילט, אַז מוזיק און ליטעראַטור זענען אַ צווילינג, --- פּונקט װוי שטימע און װאָרט זענען געפּאָרט -- און דעריבער דאַרף מען די ביידע עלעמענטן באַהעפטן, איז נישט גענוג געווען פאַר אים צו קענען די סודות פון קלאַנג, נאָר ער האָט אויך געשטרעבט צו לערנען די פּראָבלעמען פון ליטעראַטור. האָט ער נישט דורכגעלאָזט קיין ליטעראַרישן אָװנט, קיין לעקציע און קיין רעפעראַט, פון וועלכע עס איז נאָר געווען עפּעס צו לערנען. די וערק פון פּרץ, שלום עליכם, נאָמבערג און ווייסענבערג, וי אויך די לידער פון א. רייזען א. ליעסין, מ. ראָזענפעלד און דוד אײינהאָרן זענען אים געװאָרן נאָענט און טייער. ער איז געװאָרן אַ בן-בית אין דער יידישער ליטעראַטור. ער האָט ממש געשלאָסן אַ בונד מיט איר און אויך מיט די, וועלכע האָבן געפלעגט איר אַנטװיקלונג. ער איז געװאָרן דער מוזיקאַלישער שליח-ציבור פון דער סאַציאַליסטישער אַרבעטער-פּאַרטײ , בונד", װאָס האָט אַרױסגערוקט די לאָזונג פון קאַמף פאַר יידיש לשון און פאַר יידישער פּראָלעטאַרישער קולטור, ער איז געװאָרן לערער פון געזאַנג אין אירע ,, צישאָי-שולעס, גרינדער און דיריגענט פון גרויסן כאָר פון איר יוגנט-אָרגאַניזאַציע ,צוקונפט" און פּרעלעגענט און לעקטאָר אויף אירע קולטור-אונטערנעמונגען.

יעקב גלאַטשטײן 3

לייענען מיר וװועגן אים אין לערער-יזכור-בוך פון אומגעקומענע לערער פון די ;צישא"-שולן אין פּוילן פאָלגנדיקע ווערטער :

;נישט געווען קיין יוגנטלעכער, װאָס האָט נישט געװוסט דעם נאָמען פון אָט דעם שװאַרץ:חנוודיקן, באַשײדענעם ליבן דיריגענט פונעם גרויסן כאָר פון ,צוקונפט", נישט געווען קיין תלמיד פון די ,צישאָי-שולן, װאָס האָט נישט פאַרגעטערט דעם נאָמען פונעם דאָזיקן באַגאַבטן געזאַנגילערער. אויפן פאָן פון אָרעמען טרויעריקן לעבן פון אָט די פאָלקסקינדער -- איז די מויקאַלישע טעטיקייט פון יעקב גלאַטשטײן געווען אַ ליכטיקע און דערהויבענע דערשיינונג. דאָס איז געװען מוזיקאַלישע קולטור. דאָס איז געווען לעבנסלוסט און פריידיקייט פון געזאַנג?,

דער אַרבעטסטאָג פון יעקב גלאַטשטײן

זיין נאָרמאַלן אַרבעטסטאָג האָט יעקב גלאַטשטײן אָנגעהויבן אַכט אין דער פרי אין דער מיידלעך-גימנאַזיע ,יהודיה", אויף דלוגע-גאַס, אין װאַרשע. די דאָזיקע גימנאַזיע, װאָס האָט גענאָסן פון פולע מלוכישע רעכט און אירע אַביטוריענטינס זענען אָנגענומען געװאָרן אין אַלע אוניווערסיטעטן, האָט געשמט, װי די נאַציאָ- נאַלסטע צווישן אַלע מיטלשולעס אין יידישן װאַרשע. האָבן טאַקע אַלע ציוניסטישע מנהיגים געשיקט זייערע טעכטער לערנען אין ;יהודיה". דאָ האָט יעקב גלאַטשטײן געאַרבעט וי אַ לערער פון געזאַנג, דאָ האָט ער געפירט דעם שולכאָר און דאָ האָט ער אויך צוגעגרייט די מוזיקאַליש-קינסטלערישע פּראָגראַמען צו די פאַרשידענע פייערונגען, אַקאַדעמיעס און פאָרשטעלונגען, װאָס פלעגן אָפּט פאָרקומען אין די ראַמען פון די נאַציאָנאַלע און טראַדיציאָנעלע יידישע יום-טובים,

דער שולכאָר, װאָס האָט געזונגען פּוילישע און העברעישע לידער, איז געוען אַ דריידשטימיקער און איז ווייט איבערגעשטיגן די גרענעצן פון אַ שולכאָר. די דריי גלייכע שטימעס האָבן געקלונגען, װי גאָלדענע גלעקלעך, און די מיילער פון די זינגערינס האָבן זיך באַװוויגן, װי דאָס צינגל פון אַ הענגזייגער, געמאָסטן און געווויגן. איז די אַרבעט פון יעקב גלאַטשטײן געװאָרן אָפּגעשאַצט פון זיינע קאָלעגן-לערערס, פון די עלטערן און בעיקר פון די יוגנטלעכע שילערינס אַלין: ער איז אַרומגערינגלט געװאָרן מיט ליבע און פריינדשאַפט,

אין די נאָכמיטאָג-שעהען האָט יעקב גלאַטשטײן געטאָן די זעלביקע אַרבעט אין דער שולע פון באַקאַנטן אין װאַרשע פּעדאַגאָג און מחבר פון לערן-ביכער פאַר תנ"ך און דקדוק, ח.נ. קאַפּלאַן. צו אַרבעטן אין דער קאַפּלאַןזשולע אויף דזשעלנאַ-גאַס איז נישט געווען אַזױ לייכט, עס איז אָבער געװען אַ זכיה. קאַפּלאַן איז געווען זייער אַ שטרענגער אין זיינע פאָדערונגען צו די לערער, װאָס האָבן ביי אים געאַרבעט, און זייער אָפט זענען צוישן אים און זיינע מיטאַרבעטער אױסגעבראָכן ערנסטע קאָנפליקטן. עס איז אָבער געווען אַ באַװוּסטע זאַך, אַז נאָר ערשטראַנגיקע פּעדאַגאָגישע כוחות קענען ביי אים זיין באַשעפטיקט, און יעקב גלאַטשטײן האָט געהערט צו די ווייניקע לערערס אין דער קאַפּלאַן-שולע, װאָס אויף זיי האָט זיך

84 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױילן

די שולע געשטיצט. כאָטש ער איז נאָר געווען לערער פון געזאַנג, האָט ער מיט זיין דערציערישער געשטאַלט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער גאַנצער אַט- מאָספער אין דעם אַנשטאַלט און אַזױ די קינדער, װי דער גאַנצער ווירקנדיקער פּערסאָנאַל האָבן געפילט אין אים אַ גייסטיקן כוח. האָט אים קאַפּלאַן זייער געשעצט און אַלע האָבן זיך צו אים באַצױגן מיט אָנערקענונג און כבוד,

די הױיפּטאַרבעט זיינע האָט ער אויסגעפירט אין די שפּעטע אָװונט-שעהען, אין דער יוגנט-אָרגאַניזאַציע פון דער ,בונד"?-פּאַרטײ --- ,/צוקונפט". צװישן די פאַרשידענע געביטן פון קולטור-פּאָליטישער טעטיקייט האָט דאָרט מוזיק פאַרנומען אַן אָנגע- זעענעם אָרט, און יעקב גלאַטשטײן איז דאָס געווען דער, װאָס האָט די דאָזיקע אַרבעט אָרגאַניזירט, ברייט פאַרצווייגט און דערפירט צו שװוּנג און קאַלאָסאַלע דערגרייכונגען. דער יש, אויף וועלכן ער האָט דאָ אָנגעטראָפן, איז געווען אַ ניש- טיקער -- עס איז געווען נאָר אַן איבערבלייב פון אַ טראַדיציע --- און ער האָט מיט זיינע אייגענע הענט גענומען בויען אַ גרויסן מוזיקאַלישן בנין, אָנגעהויבן האָט ער פון אַ מאַסן-כאָר, שפּעטער האָט ער אַװעקגעשטעלט אַ גוט-סעלעקציאַנירטן יוגנט-כאָר, און נאָך שפּעטער האָט ער געפאָרעמט אַ סאָליסטן-גרופּע. אַלע זענען זיי געשטאַנען צו דינסט דער באַװעגונג זײיערער און געשטרעבט צו הייבן די אַרבעטער-קולטור צװישן יידן. זיי האָבן געצויגן זייער יניקה פון ערשטן אַרבעטער- כאָר אין װאַרשע, װאָס איז מיט יאָרן פרלער געפירט געװאָרן דורך לעאָ ליאָװו און װאָס איז באַקאַנט געווען, וי דער ערשטער בונדישער כאָר, דער אַזױ גערופענער ,גראָסער-כאָר",

האָט זיך יעקב גלאַטשטײן אַרײנגעװאָרפן אין דער אַרבעט מיט ליב און לעבן. ער האָט פאַר זיך געפונען דריי אידעאַלן, װאָס האָבן פון זיינע יינגסטע יאָרן געטליעט אין זיין האַרץ: אויפדעקן די שיינקייט פון מוזיק בכלל צװישן יידן פאַרשפּרײטן דאָס יידישע ליד צווישן די יידישע פאָלקסמאַסן און וועקן דעם יידישן אַרבעטער צו פּראָלעטאַרישער קולטור. און נישט געווען קיין פּאַסיקערער פּלאַץ צו רעאַליזירן די דאָזיקע אויפגאַבעס, װי ,צוקונפט", דאָ האָט ער באַקומען פרייע הענט און דאָ איז ער מיט ברען צוגעטרעטן בויען זיינע פּלענער. קודם-כל האָט ער אַװעקגעשטעלט אַ גוט-דיסציפּלינירטן, פירשטימיקן געמישטן כאָר, פון די פּעיִקסטע זינגערס האָט עֹר אויסגעקליבן און געשאַפן אַ סאָליסטן-גרופּע, און צום סוף האָט ער פאַרפליכטעט דעם גרעסטן טייל פון כאָר צו לערנען סאָלפעזש. די פּראָבעס זענען פאָרגעקומען 2 מאָל אין דער װאָך לויטן סדר, װאָס איז געווען באַשטימט פון פאָרויס. פאַר אַ ביישפּיל ברענג איך דאָ אַ מודעה געדרוקט אין דער נייע פאָלקס-צייטונג פון זונטיק, דעם 28סטן אָקטאָבער 1928 ;

,צוקונפט-כאָר ! היינט 930 אַוונט -- סאָליסטן-גרופּע; 0 , -- סאָלפעזש-לעקציע; 0 , -- גאַנצער כאָר".

יעקב גלאַטשטײן 85

נאָך אַ שווערן טאָג אַרבעט ביים װאַרשטאַט און אין דער פאַבריק זענען זיך צונויפגעקומען יוגנטלעכע בחורים און מיידלעך זיך צו פאַרנעמען מיט ערנסטער מוזיק-לערע. זי אַלע זענען געווען אַן אַרבעטער-עלעמענט, מיט ליבע צו מוזיק, און צו דעם האָט זייער פּאָליטיש-פּאַרטײיַשער באַװוּסטזיין פון זיי פאַרלאַנגט דיסציפּלין און פאַראַנטװאָרטלעכקײט. און זייער דיריגענט און לערער איז פאַר זיי געווען דער מוסטער פון איבערגעבנקייט. ער איז אויך געווען יעדנס פריינד און עצה-געבער. זיין װאָרט איז דעריבער געווען פאַר יעדן איינעם פון זיי װי אַ הייליקייט,

דער קעמפער פאַר פּראָלעטאַרישער מזיקאַלישער קולטור

יעקב גלאַטשטײן האָט אין דער תקופה פון צװישן ביידע וועלט-מלחמות געלעבט אין ואַרשע אין דער סביבה פון אָרגאַניזירטן יידישן פּראָלעטאַריאַט. ער האָט מיטגעװוייטיקט זיינע ווייטיקן, מיטגעקעמפט זיינע קאַמפן און זיך מיטגעפרייט מיט זיינע דערפאָלגן, טאָג-איין טאָג-אויס איז ער געווען פאַרבונדן מיט די יידישע האָרעפּאַשנע מאַסן און אין זיין מוזיקאַלישער אַרבעט האָט ער אידעאָלאָגיש אויסגעדריקט זייערע האָפענונגען און שטרעבונגען. איז ביי אים שטענדיק געקומען צום װאָרט דער סאָציאַלער און רעװאָלוציאָנערער מאָמענט,

אין די צװאַנציקער יאָרן האָט ער געשעפּט מװויקאַלישן שטאָף און רעפּערטואַר פון יידישן פאָלקלאָר. ער האָט דעמאָלט געזוכט און געפלעגט לידער פון יידישער אָרעמקײט און נויט, אומבאַהאָלפנקײט און רחמנות. ;העמערל", ,, די דריי נײיטאָרינס", ;אויפן בוידעם שלאָפּט דער דאַך", ,מאי קאָ משמע לןי און נאָך אַזעלכע לידער, לידער, וועלכע האָבן אָפּגעשפּיגלט דעם יידישן דלות : וועגן דעם פאַרהאַרעװעטן שוסטער, װאָס ,קיין ברויט איז אין שטוב ניטאָ" און וועגן דעם פינצטערן גורל פון דער נײטאָרין, װאָס נייט ביי טאָג און ביי נאַכט און האָט ,קיין חופּה-קלייד זיך נישט געמאַכט?; וועגן דער צער-פולער מאַמע, װאָס איר קינד ליגט ,נאַקעט גאָר אָן ווינדעלעך" און וועגן פאַרזאָרגטן ישיבה-בחור, װאָס האָט נאָר געמוזט , אויף עולם הבא װאַרטן, עסן טעג, שלינגען טרערן און שלאָפן אויפן פויסט דעם האַרטן?, עס האָט לאַנג נישט געדויערט און אין די לידער פון יעקב גלאַטשטײנס ,,צוקונפט"- כאָר האָבן זיך געלאָזט הערן נייע אַקצענטן. װאַכזאַמקײט און אויסדויער, פאָרשריט און קאַמף -- נייער אינהאַלט און נייער פאָרעם. ;אַ לויב דער אַרבעט?", ,צום אַרבעטער", ,ערשטער-מאַײיליד? -- לידער, װאָס האָבן געװועקט דעם פּראָלע- טאַרישן באַװוּסטזיין פון אַרבעטס-מענטש און האָבן אים גערופן צום קאַמף; קלאַנגען, װאָס האָבן איינגעפלאַנצט גלויבן אין אַ שענערן און בעסערן מאָרגן,

נאָך בולטער איז געקומען צום אויסדרוק דער רעװאָלוציאָנערער גייסט פון זיין כאָר אין די דרייסיקער יאָרן, ווען די יידישע יוגנט אין פּוילן האָט אַפּאָטעאָזירט די אידעעס פון אַרבעט און סאָציאַליזם. יידישע בחורים און מיידלעך אין װאַרשע און אין לאָדזש, אין ווילנע און אין לעמבערג האָבן מיט חסידישער אמונה געגלויבט אין כוח פון קעמפנדיקן אַרבעטס-מענטש. זיינען אויפגעקומען נייע שאַפונגען, װאָס

86 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

האָבן נאָך מיט מער פּאַטאָס אויסגעדריקט דעם ברויזנדיקן גייסט פון דער צייט, יעקב גלאַטשטײן האָט זיך נאָך ענגער און שטאַרקער באַהאָפּטן אידעלש און קינסט- לעריש מיטן דאָזיקן נייעם ליד און האָט אָנגעהױיבן זוכן נייע וועגן און מיטלען אויף אויסצודריקן די פרישע טענדענצן. ער האָט געזוכט און געפונען. אַ דאַנק זיין שעפערישער אינווענץ האָט ער אָנגעהויבן צו רעאַליזירן אַ נייע פאָרעם פון אַרױסברענגען דאָס קינסטלערישע װאָרט, דאָס איז געווען דער מעטאָד פון פאַר- פלעכטן דאָס געזונגענע מיטן געזאָגטן. קלאַנג און װאָרט, געזאַנג און רעציטאַציע, אַ מאָל כאָר באַזונדער און רעטשיטאַטיוו באַזונדער, און אַן אַנדערש מאָל ביידע צוזאַמען מיטן צוגאָב פון קערפּער-באַװעגונג -- אַלץ צוגעפּאַסט צום אינהאַלט פון דער אויסגעפירטער שאַפונג און אָפּהענגיק פון דיריגענט-רעזשיסער. אַ נייער סטיל, װאָס איז געווען אַ סינטעז פון ,רוממות אל בגרונם" מיט ,כל עצמותי תאמרנה". |

אָט האָט דער כאָר אָנגעהויבן זינגען שטיל און געמיטלעך, די זיסע אַקאָרדן ווירקן אויף דער נשמה, וי אַ גוטער באַלזאַם. פּלוצעם הערט זיך אַרױס פון מילדן געזאַנג דאָס גערעדטע װאָרט, דאָס האָט איינער פון די אָנטיילנעמער רעציטירט אַ טייל פון טעקסט בשעת אַלע האָבן אים באַגלײט מיט אַ גוט אויסגעאַרבעטן מאָרמאָ- ראַנדאָ. אָבער די רעציטאַציע װוערט שטאַרקער, די װאָקאַלן הילכן אָפּ אין דער לופט, וי די קולות פון אַ שופר -- און אין אַ געוויסן מאָמענט מישן זיך אויך אַרײן די מענערישטימעס. עס דויערט נישט לאַנג און אויך די סאָפּראַנען מיט די אַלטן זאָגן זייער װאָרט. עס הייבט זיך אָן אַ געיעג : יחיד און כלל, אַקאָרד און דיסאָנאַנס, קאָנטראַפּונקטישע שטימע-פירונג און רוישנדיקע פוגעס -- ממש אַ מלחמה. דער עולם װוערט מיטגעריסן און לעבט איבער דאָס געהערטע, װי עס װאָלט גאָרנישט עקזיסטירט קיין מחיצה צווישן זינגער אויף דער בינע און פּובליקום אין זאַל. אַלע האָבן אָנגענומען דעם אויסזען פון איין קעמפנדיקער מאַסע.

איך געדענק איינעם אַ קאָנצערט פון יעקב גלאַטשטײנס כאָר, אויף וועלכן עס זענען אויסגעפירט געװאָרן ,יאַטן" פון איציק פעפער, דער ,העלער װוּנדער" פון דוד האָפשטײן און ;סטעפּעס? פון ב. ויינערמאַן --- די אַלע קאָמפּאָזיציעס פון מיכל געלבאַרד. און ספּעציעל האָט זיך מיר איינגעקריצט אין זכרון ,סטעפּעס". דאָס איז געווען וי אַ הימן פאַר דעם אָפּטימיזם פון אונטערװואַקסנדיקן יונגן דור ;

;ס'האָט אַ יונגע זון אונדז אַנגעפילט און אָנגעגאָסן, און מיר זענען װי די יונגע זאַנגען אויפן סטעפ",

און איך על קיין מאָל נישט פאַרגעסן דעם פּאַטאָס אין זאַל, ווען די כאָריסטן האָבן מיט גלויבן און זיכערקייט אויסגעזונגען די װוערטער:

יעדער הויב מיט אונדזער האַנט

איז הערשעריש און מעכטיק",

יעקב גלאַטשטײן 81

דאָס איז געווען אַ געזאַנג פון יונגער חברה, װאָס האָט אויף אַן אמת , געשמעקט מיט קאָרן און מי", טראָץ דעם, װאָס אין דער ווירקלעכקייט זענען די אַלע זינגערס געווען קינדער פון יידישער אָרעמקײט, װאָס האָבן געלעכצט נאָך אַ ביסעלע ליכט און זון,

אין בלי-פּעריאָד פון זיין מוזיקאַלישער אַרבעט האָט יטקב גלאַטשטײן מער נישט געזונגען פון יידישע פּיין און ליידן, עס האָבן אויך אין זיין רעפּערטואַר מער נישט פאַרנומען קיין פּלאַץ די אַלע לידער, װאָס האָבן אַרױסגערופן ספיקות, אָדער זיך פאַרענדיקט מיטן יידישן כאַראַקטעריסטישן ,תיקו" -- יעקב גלאַטשטײן האָט געהאַט פאַר זיך אַ קלאָרן וועג, דעם וועג פון אַ קעמפנדיקן סאָציאַליסט. אויך אין קינסטלערישן זין האָט ער ווייט איבערגעשטיגן די גרענעצן פון פאָלקסטימלעכקייט. דער ,צוקונפט?-כאָר, אָנגעפּירט דורך יעקב גלאַטשטײן, איז געווען אַ מוזיקאַלישע אינסטיטוציע פון הויכן קינסטלערישן און דערציערישן וערט. ער איז געװוען דער בולטסטער אויסדרוק פון דער יידישער פּראָלעטאַרישער מוזיקאַלישער קולטור אויף דער יידישער גאַס אין פּױלן,

יעקכ גלאַטשטײן, דער דיריגענט און קאַמפאָזיטאָר

טראָץ דעם, װאָס יעקב גלאַטשטײן איז אין זיין ערנסטער מזיקאַלישער אַרבעט געווען בעיקר געבונדן נאָר מיט איין באַשטימטן טייל פון יידישן פּױלן --- מיטן אָרגאַניזירטן אַרבעטער-קלאַס -- איז ער דאָך געווען אָנערקענט פון דער גאַנצער יידישער און נישט-יידישער מוזיקאַלישער וועלט אין װאַרשע, װי אַ באַגאַבטער דיריגענט און מוזיקער. ער איז געווען אַ גרויסער ספּעץ אין דער טאָג-טעגלעכער צוגרייטונגס-אַרבעט פון זיין כאָר און אַחוץ דעם האָט ער פאַרמאָגט און אַרױס- געוויזן ווירקונגס-כוח און ענטוזיאַזם, מיט וועלכע ער האָט אָנגעשטעקט זיינע כאָריסטן. און אויב די אויפגאַבע פון אַ דיריגענט איז נישט בלויז צו באַװעגן די הענט לויטן ריטעם פון אָנגעצײכנטן דורכן קאָמפּאָזיטאָר טאַקט, נאָר אויך איבער- צוגיסן זיינע מוזיקאַלישע פילונגען אויף די אויספירער -- איז יעקב גלאַטשטײן געווען פון די אומגעקרוינטע קעניגן צווישן דיריגענטן. ער איז געווען דער מייסטער פון אויסדריקן זיינע געפילן און אויפצווינגען זיי אויף די כאָריסטן און אָר- קעסטראַנטן,

ווען ער האָט אויסגעקליבן אַ שאַפונג, האָט ער קודם כל זיך פאַרטיפט אין איר אינהאַלט, אַנאַליזירט יעדעס װאָרט און מיט דער גאַנצער נשמה זיך באַמיט אַריינצודרינגען אין אירע קלאַנגען. און ווען אַלץ איז פאַר אים געװאָרן קלאָר און פאַרשטענדלעך, האָט ער אָנגעהויבן זוכן מיטלען, װי אַזױ צו אינטערפּרעטירן דאָס פאַרשטאַנענע, בכדי עס אַרויסצוברענגען אין הסכם מיט זיינע אינערלעכע איבערצייגונגען. דאָ האָט ער זיך שוין גענומען צו הילף זיינע פינגער, מיט וועלכע ער האָט ממש באַװויזן װווּנדער. זיי זענען געווען דער דאָמינירנדיקער פאַקטאָר בשעתן דיריגירן. אָט זענען זי עלאַסטיש-בױיגעװודיקע און דריקן אויס גוטמוטיקייט

88 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוױלן

און נאָכגיביקײט, און אָט װערן זיי שטייף-שפּיציקע און שטעכן וי שפּיזן: אָט זענען זיי לייכט-איינגעבויגענע, װי זיי װאָלטן געװאָלט אַװעקגעבן דאָס לעצטע, און אָט ווערן זיי צעשפּרײט, װוי זיי װאָלטן געװאָלט אייננעמען די גאַנצע װעלט; פינגער ווייכע, װאָס בעטן, און פינגער האַרטע, װאָס פאָדערן און דראָען. האָט ער מיטן כוח פון זיינע כישוף-פינגער אויסגעטייטשט יעדעס ליד און אַרױסבאַקומען פון אים די דינסטע ניואַנסן,

א 2 יו די פריי ע מוו ץ : 0

פּאָפולערע ארבייטער:ליעד ער אוּן אַרגײטער:פאָלקסל עדער

מיט נאָטען צום זינגען און שפּיעלען

אויפגענדמען אין די אַרכּייטער:קריוען אנן צוואַמענגעשטעלט

זוין י, נלאַטשטײן,

= א איער 5 ר 4

ן

פֿערדאַג {5יך ({" 3 עבט /3-עעע בס װאַרשא, תרע"ט--1918

24

ער האָט זיך אויסגעצייכנט אויפן געביט פון קאָמפּאָזיציע. שוין אין יאָר 1918 האָט ער אַרױסגעגעבן אַ זאַמלונג פאָלקס- און אַרבעטער-לידער אונטערן נאָמען די פרייע מזע. דאָס זענען אין זייער מערהייט געווען לידער, געזונגענע פון יידישע אַרבעטס-מענטשן בשעת זייער אַרבעט און אָפּרו. צווישן זיי זענען אויך געווען זיינע לידער צו טעקסטן פון יידישע דיכטערס. אַ גרויסן אָנזען האָט אַרױסגערופן זיינס אַ גרעסערע שאַפונג פאַר כאָר און סימפאָנישן אָרקעסטער ,איז געפאַלן אַ דעמב". דאָס איז געווען אַ קאָמפּאָזיציע געשריבן אין קלאַסישן סטיל, מעלאָדיש, אָבער ווייט פון פאָלקסטימלעכקיט. זייער פּאָפּולער איז געװאָרן זיין קינדערליד ,בערל איז אַ װויל יינגל", װאָס איז געזונגען געװאָרן אין אַלע ,, צישאָי-שולעס און יוגנט- אָרגאַניזאַציעס אין פּוילן,

אין דער זעלביקער צייט האָט ער פאַרעפנטלעכט פילצאָליקע אַרטיקלען און אָפּ- האַנדלונגען וועגן מוזיק און געזאַנג, אין אָנהייב אין גרינינקע ביימעלעך אין ווילנע, און שפּעטער אין דער נייע פאָלקס-צייטונג אין װאַרשע. ער האָט אויף אַזאַ אופן געפונען דעם וועג צו צענדליקער טויזנטער יידן, בכדי אין זיי צו װעקן ליבע און עסטעטישן געשמאַק צו מוזיק,

צּ

יעקב גלאַטשטײן איז געווען אין מיטן פון זיין שאַפּערישן אויפבלי, ווען די נאַצישע בעסטיע האָט פאַרשלאָסן די טויערן פון װאַרשעװער געטאָ פאַר יעדן צופלוס פון לעבן. צער און צאָרן האָבן אָנגעפילט זיין האַרץ. אין גאַנצן צעטרייסלט איז ער געװאָרן ווען זיין פרוי איז אים געשטאָרבן נאָך אַ טיפוס-קראַנקײט. ער האָט דעמאָלט

יעקב גלאַטשטײן | | 89

געמוזט זיך פאַרנעמען מיט דער דערציונג פון זיין קליין טעכטערל און ער האָט אויך געמוזט צוגעוווינען זיך צום שוידערלעכן געדאַנק, אַז זיין זון --- אַ טאַלאַנ- טירטער פּיאַניסט, וועמען אַלע האָבן פאָרױסגעזאָגט אַ װירטואָזז-קאַריערע --- װועט זיך מער נישט קענען ראַטעװען און מוזן אומקומען מיט אים צוזאַמען,

דעם איינציקן אַנטלױף פונעם גורל האָט ער געפונען אין זיין אַרבעט. האָט ער זיך בעיקר געווידמעט מוזיקאַלישער טעטיקייט צווישן קינדער-פּליטים, װאָס האָבן זיך געפונען אין די יידישע קינדערהיימען. ער האָט אויפגעשטעלט קינדער-כאָרן. ער פלעגט אָפּט מיט די קינדער אָנטיילנעמען אין פאַרשידענע קולטור-פאַראַנשטאַל- טונגען און מיט דער גרעסטער פּינקטלעכקײיט זאָרגן פאַרן הויכן ניװואָ פון יעדן אויפטריט,

ער האָט נאָך אויך אָנגעװענדט אַלע זיינע כוחות אויף אונטערצוהאַלטן און צעמענ- טירן דעם ,צוקונפט"-כאָר, און ווען אין יאָר 1941 האָט דער ,בונד" געפייערט זיין יערלעכן יוביליי-יום-טוב, האָט יעקב גלאַטשטײן צוגעגרייט דעם גאַנצן אַרטיסטישן טייל צו דער אַקאַדעמיע. דאָס אַלץ, װאָס איז אים שטענדיק געווען אַזױ טייער און ליב, האָט צום לעצטן מאָל, אונטער זיין לייטונג אָפּגעהילכט אין זאַל פון דער יודאַיַסטישער ביבליאָטעק אין װאַרשע.

די לעצטע קאָמפּאָזיטאָרישע שאַפונג זיינע איז געווען די מוזיק צום טעקסט פון יצחק קאַצענעלסאָן: ;אַרױס איז געגאַנגען אַ ייד אין גאַס".

צִּ

ער איז שוין מער אין גאַס אַרױס נישט געגאַנגען. מען האָט אים געברענגט קיין טרעבלינקע, װוּ ער איז אומגעקומען צוזאַמען מיט זיין זון. זיין נאָמען פיגורירט אין דער רשימה פון געפאַלענע קולטור-טוער, װאָס ווערן דערמאָנט אין באַקאַנטן באַריכט פון ד"ר עמנואל רינגלבלום צום יידישן װיסנשאַפטלעכן אינסטיטוט אין ניו-יאָרק,

ביב ליאָגראַ פיע

1 ,לערער יזכור"בוך"? : געווידמעט די אומגעקומענע לערער פון די צישאָ-שולן אין פּױלן, אַרױיסגעגעבן אין ניו-יאָרק 1954-1952 (זייז 99--101).

2 מלך ניישטאַט:,חורבן און אויפשטאנד פון די יידן אין וװוארשע", אַרױסגעגעבן: ועדת הגולה פון הסת. העובדים און ייד, נאַצ. אַרב, פאַרב., ת"א 1948 (זייז 211, 312, 400).

2 לעקטיקאַן פון דער נייער יידישער ליטעראַטור (צווייטער באַנד). אַרױסגעגעבן פון אַלװעלט. ייד. קולטור-קאָנג. (פאַראײניקט מיט ,,ציקאָ") ניו-יאָרק 1958 (ז"ז 261, 262).

4 יאָנאַס טורקאָוו: האַזי איז עס געװען.." - אַרױסגעגעבן פון צענטראַל- פאַרבאַנד פון פּוילישע יידן אין אַרגענטינע 1948 (ז"ז 204, 243, 505).

5 יעקב פּאַט: 6שמעפן מיט יײידישע שרייבער", אַרױסגעגעבן דורכן מחבר אין ניו-יאָרק 1954 (ז' 82),

6 ד. אייזנשטאַט אן א. פּראַגער: אַלגעמײנער מוזיק-לעקסיקאָן', װאַרשע 6 (ז' 169).

7 ,די חזנים וועלטי, װאַרשע, נאָוועמבער 1924 (ו' 22),

8 1114001/02224 0181(2ע1:0 .0686 ...0210 16216ט 21688 :12010102 .זת 11100121 ;(זי 15) 1947 שי18806--1:662--2182808עט ‏ 2.2. 6014 עקעט

ישׂראל גלאַטשטײן (1894--1942)

גאָר װייניקע פון אונדזערע יידישע מע- לאָמאַנען און מוזיק-פאָרשערס וייסן, אַז דאָס אַזױ פאַרשפּרײטע לידל עקלינגען גלעקער" איז איינס פון זיינע פילצאָליקע לידער, װאָס ער האָט געשאַפן. דער פּשטותדיקער טעקסט פון משה בראָדער" זאָן האָט זיך דאָ אַזױ דורכגעקנאָטן און צונויפגעשמאָלצן מיט דער מעלאָדיע, אַז עס איז גאָר קיינעם נישט איינגעפאַלן צו צווייפלען, אַז דאָס איז אַ פרוכט פון פאָלקישער פאַנטאַזיע.

עס איז פאַר אַלעמען געווען וי זיכער, אַז דאָס האָט אַן אַלטע פרומע באָבע צוזאַמען מיט שבת-יום-טובדיקן זיידן אויסגעזונגען דעם ניגון אין אַ שלוש-י סעודותדיקן בין-השמשות, און ווען קינדער און אייניקלעך זענען געקומען הערן ;הבדלה?", האָבן זיי אונטערגעכאַפּט די האָפענונגספולע טענער און זיך אַזױ צעזונגען אויפן קול, אַז זיי האָבן זיך אַריינגעריסן אין אַלע יידישע שטיבער. ;קלינגען גלעקער" האָבן פאַרהילכט יידישע היימען.

און נישט בלויז ,קלינגען גלעקער". אַלע לידער פון ישׂראל גלאַטשטײן האָבן שוין געהאַט אַזאַ מזל. האָט דאָך דאָס גאַנצע יידישע פּולן געזונגען ,די זון פאַרגײט אין פלאַמען". דאָס דאָזיקע ליד פון יצחק קאַצענעלסאָן, װאָס האָט באַקומען לופט און אָטעם דורכן מעלאָדישן לבוש פון ישׂראל גלאַטשטײן, איז דאָך ממש געװאָרן אַ הימן. און אַזעלכע לידער וי : ;איינס און צוויי און דריי און פיר, װאָס מיר זענען, זענען מיר"... אָדער ;פעלדער גרינען, פעלדער רוישן, קומען מיר מיט פולע קוישן?..,

צי האָבן דען לערער און קינדער אין װאַרשע און אין לאָדזש, אין לובלין און ווילנע געװוּסט, אַז די פון זיי געזונגענע לידער זענען אַ פרוכט פון ישׂראל גלאַטשטײנס מוזיקאַלישער אינווענץ ?

צענדליקער לידער פון ישׂראל גלאַטשטײן זענען אַריינגעדרונגען אין יידישע הייזער און די ברייטסטע שיכטן פון יידישן פאַרמלחמהדיקן פּוילן האָבן געזונגען זיינע מעלאָדיעס מיינענדיק, אַז דאָס זענען פאָלקסלידער. ;ציפּעלע", ;פעלד- אַרבעט", ,/בלומען", ;דריי בעל-מלאכות? --- דאָס זענען געווען לידער, װאָס קינדער האָבן געזונגען טאָג-איין טאָג-אױס אין דער שולע און בשעת צװאַמענקונפטן אין די אָרגאַניזאַציעס און זיי איבערגעפלאַנצט אין דער יידישער גאַס. און צי קען

ישׂראל גלאַטשטײן 11

דען אַ דיכטער, אָדער קאָמפּאָזיטאָר האָבן אַ גרעסערע באַלױנונג פאַר זיין מי און שאַפן, װי דאָס אַרײינגײן פון זיינע שאַפונגען אין גייסטיקן אוצר פון זיין פאָלק ז צי איז דען דאָס נישט דער בולטסטער באַװייז פון אומשטערבלעכקייט ?

צּ

געבוירן איז ער אין אַ קליין שטעטעלע, גאָסטינין, ביי פּלאָצק. פון זיין אָרעמער היים האָט ער קיין גרויסע זאַכן נישט געקענט דערװאַרטן, האָט ער שוין אין די קינדער-יאָרן גענומען זיין אייגענעם גורל אין די הענט אַרין. ער האָט געהאַט נאָר איין מחשבה: וי אַזױ צו ווערן אַ מוזיקער ביי יידן, וי אַזױ זיך אַרײנצוקריגן אין מלכות המוסיקה און ווערן אַן אייגענער אין קעניגרייך פון קלאַנגען. איז פאַר אים געווען אַ זכות, װאָס דער שטאָט-חזן ר' יעקב מיללער האָט אים אַריינגענומען אין זיין משוררים-קאַפּעליע און אים אַרומגערינגלט מיט ספּעציעלער װאַרעמקײט, אַ האַרץ דערפילט אַ האַרץ, און דער קליינשטעטלדיקער חזן האָט איבערגעגעבן זיין משורר דאָס אַלץ, װאָס ער האָט אַליין פאַרמאָגט. ער האָט אויך געזאָרגט, אַז דער פלייסיקער ישׂראל זאָל אין זיין שטוב געפינען אַ צווייטע היים.

ווען ישׂראל גלאַטשטײן איז אַ ביסל אונטערגעװאַקסן, האָט ער פּרובירט מזל אין אַנדערע שטעטלעך, אָבער וען ער האָט זיך אָריענטירט און פעסטגעשטעלט, אַז זיין וועג װעט נישט זיין דער וועג פון חזנות, איז ער געקומען קיין לאָדזש, בכדי דאָרט צו געפינען עפּעס נייעס. לייענען און זינגען פון נאָטן האָט ער שוין געקענט, אַ שטימע האָט ער אויך געהאַט -- אמת נישט קיין גרויסע אויף צו מאַכן אַ זינגער-קאַריערע, אָבער אַ גענוגנדיקע אויף צו קענען זינגען אין אַ כאָר -- האָט ער געזוכט אַרבעט אין אַ טעאַטער וי אַ כאָריסט. נאָך עטלעכע װאָכן הונגערן האָט ער אַזאַ אָרט געפינען. דאָס איז געווען דער באַקאַנטער אין לאָדזש יידישער זאַנדבערג-טעאַטער.

אין דער דעמאָלטדיקער צייט, אָנהײיב פון היינטיקן יאָרהונדערט, האָבן די יידישע טעאַטערס נאָך נישט פאַרשטאַנען, אַז זיי דאַרפן זאָרגן פאַר די אַלע פאַרשידענע קינסטלערישע און טעכנישע מיטלען, װאָס זאָלן העלפן דאָס טעאַטער אַרױפציען אויף אַ העכערן ניװאָ. דער איינציקער יידישער טעאַטער, װאָס האָט יאָ דאָס פאַרשטאַנען, איז געווען דער דערמאָנטער טעאַטער. דער דירעקטאָר זאַנדבערג איז געווען פון די געציילטע, װאָס האָבן געהאַלטן, אַז שפּילן טעאַטער הייסט נישט בלויז שפּילן אויף דער בינע, נאָר אויך באַמיען זיך צו דערגרייכן די אַלע עלעמענטן װאָס ווירקן אויפן אויג און אויער און העלפן דער פאָרשטעלונג געשטעלט צו ווערן אַזױ, װי דער רעזשיסער ווינטשט זיך. און ספּעציעל האָט ער געלייגט דעם טראָפּ אויף דעם מוזיקאַלישן טייל פון זיין טעאַטער. ער האָט שטענדיק אַנגאַזשירט אַ גוטן אָרקעסטער און האָט אויך געזאָרגט פאַר אַ גרויסן און גוטן כאָר. איז זיין טעאַטער --- דער זאַנדבערג-טעאַטער -- געװאָרן װוי אַ מין מוזיקאַלישע שולע פאַר זינגערס און מוזיקערס, און אַ סך שפּעטערדיקע פּראָפּעסיאָנעלע זינגערס-סאָליסטן און דיריגענטן זענען אַרױסגעקומען פון דעם טעאַטער,

אויך ישׂראל גלאַטשטײן האָט אָנגעהױיבן זיין מוזיקאַלישע קאַריערע אין זאַנדבערג-

92 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

טעאַטער אין לאָדזש. וועגן די דאָזיקע ערשטע שריט זיינע לאָמיר לאָזן דערציילן זיין יוגנט:חבר, דעם באַקאַנטן אין אַמעריקע קאָמפּאָזיטאָר און שרייבער, מיכל געלבאַרד ; ...עס איז געווען אין 1908, ווען איך בין אָנגעקומען אין זאַנדבערגס גרויסן טעאַטער אין לאָדזש אַלס כאָריסט. דעם זעלביקן טאָג איז אויך אָנגעקומען אַלס כאָריסט ישׂראל גלאַטשטײן. זענען מיר ביידע אַרױס אין גאַס, זיך באַקענט, זיך פונאַנדער- גערעדט און אויסגעפונען, אַז מיר זענען ביידע אייגנטלעך געקומען קיין לאָדזש לערנען מוזיק. ביידע יונגע בחורים, ביידע מיט איין שטרעבן: צו ווערן יידישע קאָמפּאָזיטאָרן, שאַפן פאַר די יידישע פאָלקסמאַסן יידישע מוזיק. האָבן מיר באַשלאָסן, אַז צוזאַמען װעט זיין לייכטער צו הונגערן. ...זענען מיר ביידע געגאַנגען יעדן פרימאָרגן צו פּראָבעס און יעדן אָװנט צו דער פאָרשטעלונג אין טעאַטער, און גייענדיק, אויסגעמיטן אַלע װאַסערלעך און בלאָט- קעלעך, מחמת די צעפליקטע שיך, װאָס מיר האָבן געטראָגן, דערפאַר האָבן מיר פלייסיק געלערנט, שטודירט און פאַרפולקאָמט זיך אין מוזיק-קאָמפּאָזיציע. יעדע נאַכט אויפן געלעגער זענען מיר לאַנג געלעגן װאַך און פאַררעדט דעם הונגער מיט אונדזערע פאַנטאַזיעס ועגן דער גליקלעכער צייט, ווען מיר װעלן זיין יידישע קאָמפּאָזיטאָרס, שאַפן יידישע מוזיק, דיריגירן יידישע כאָרן און זיי לערנען יידישע געזאַנגען".

נאָך עטלעכע יאָר לעבן אין די שוערסטע באַדינגונגען איז מיכל געלבאַרד אַװעק קיין אַמעריקע און ישׂראל גלאַטשטײן איז געבליבן אין פּוילן, װוּ ער איז געװאָרן טעטיק אויפן געביט פון טעאַטער-מוזיק. ער האָט זיך באַמיט אַרױסצושלעפּן פון טעאַטער דעם ביליקן גאַסן-קופּלעט און האָט געגעבן דער פאָרשטעלונג אַ מוזי- קאַלישע ראַם. זיין צוגאַנג איז געווען אַן ערנסטער און ער האָט געהאַלטן, אַז יעדע פאָרשטעלונג דאַרף האָבן איר פּאַסיקע מוזיקאַלישע אילוסטראַציע, מוזיק איז ביי אים געװאָרן אַן אומטײילבאַרער חלק פון גאַנצן טעאַטער-ספּעקטאַקל. צוליב דעם דאָזיקן צוגאַנג זיינעם איז ער אָפט אַריין אין קאָנפליקטן מיט די דירעקטאָרן פון די טעאַטערס, װי אויך מיט די אַקטיאָרן. מיט די דירעקטאָרן -- וייל זיינע פאָדערונגען האָבן נישט געדינט זייערע מאַטעריעלע אינטערעסן, און מיט די אַקטיאָרן --- ווייל זיי האָבן נישט געהאַט קיין ווילן צו לערנען אַלע מאָל נייע לידער און זיך באַמיען געהעריק זיי אויסצופירן. ער האָט דעריבער כמעט וי פאַרלאָזט דעם טעאַטער און האָט זיך בעיקר געװידמעט קאָמפּאָזיטאָרישער טעטיקייט. ער האָט זיך מיטן גאַנצן אימפּעט געװאָרפן אין דער נייער ריכטונג, זעענדיק אין דעם אַ שליחות. די יונגע אויפבליענדיקע יידישע פּאָעזיע האָט אַ דאַנק ישׂראל גלאַטשטײן געשלאָסן אַ טרייען בונד מיט דער נייער מוזיק. ער האָט געשאַפן פאַר כאָר, סאָלאָ-געזאַנג און אויך אינסטרומענטאַלע מוזיק, אויף יידישע טעמעס, : צ די ערשטע פרוכט פון זיין אַרבעט איז געווען אַ זאַמלונג לידער אונטערן נאָמען: געזאַנג און עפּיל, אַרױסגעגעבן אין װאַרשע אין יאָר 1920. דאָס זענען געווען

ישׂראל גלאַטשטײן 93

0 לידער, פאַר קליין און גרויס, פאַר לערער און דיריגענטן, לייכטערע און שווערערע, װאָס יעדעס באַזונדער און אַלע צוזאַמען זענען געווען אַן אויסדרוק - פון יידישן ספּעציפישן מעלאָס. פאַר דערציִֶער איז דאָס ממש געווען אַן אויפלע- בעניש. די יידישע שול האָט זיך געפונען אין דער סטאַדיע פון אַנטשטײונג. דער מאָדערנער לערער האָט געזוכט מיטלען, מיט דער הילף פון וועלכע ער זאָל קענען דערגיין צום האַרץ פון קינד. זענען די לידער פון ישׂראל גלאַטשטײן וי אַראָפּגע- פאַלן פון הימל ; זיי האָבן נישט בלויז געדינט וי אַ מאַטעריאַל צו לערנען זינגען, נאָר אויך װי אַ מעטאָדיש-דידאַקטישער מיטל צו דערנענטערן דאָס קינד צום אַלגעמײנעם לימוד, דערביי האָבן זי געהאַט נאָך אַ מעלה: זיי האָבן מיט זיך געטראָגן דאָס בעסערע ליטעראַרישע װאָרט. די טעקסטן פון זיינע לידער זענען געשריבן געװאָרן דורך אַזעלכע דיכטער-מייסטער, װי משה בראָדערזאָן און יצחק קאַצענעלסאָן. האָבן טאַקע די האַרציקע װוערטער צוזאַמען מיט זייערע זיסע קלאַנגען געשלאָגן װאָרצלען אין די יידישע מאַסן,

די לידער פון ישׂראל גלאַטשטײן האָבן זיך אויסגעצייכנט מיט לייכטן ריטעם און אָנשטעקנדיקער מעלאָדישקייט. טאָן פון טאָן איז געפלאָסן אַזױ נאַטירלעך, װי ס'װאָלט גאָר אַנדערש נישט געקענט זיין. דערביי איז דער מעלאָדישער אידיאָם שטענדיק געווען פון יידישן אָפּשטאַם. כאָטש קינדער-לידער -- איז דאָס געווען ערנסטע פּאַעזיע פאַרקניפּט מיט מוזיק, װאָס ביידע צוזאַמען האָבן געשאַפן שטימונג אַזױ ביי קינדער, וי ביי עלטערע. האָבן זיי אויך געהאָלפן וועקן ליבע צום אויפ- שטייגנדיקן יונגן יידישן לשון, װאָס האָט אין דער זעלביקער צייט זיך צעבליט און פאַרפעסטיקט אין יידישן לעבן. אין משך פון דער צייט האָבן דערציִער זיך אַרומגעקוקט אין געזען אין די לידער אַ רייכן מאַטעריאַל פאַר פאַרשידענע אינ- סצעניזאַציעס און פאָרשטעלונגען און זיי האָבן פון זיי געצויגן שטאָף אויף איינצואָרדנען פייערונגען און קולטור-אָװונטן. ישׂראל גלאַטשטײנס בוך געזאַנג און שפיל איז געװאָרן אַ הילפס-אינסטרומענט אין די הענט פון יעדן קולטור- טוער און דערציונגס-עסקן, װאָס האָט אין די צװאַנציקער יאָרן זיך פאַרנומען מיט יידישער קולטור-געזעלשאַפטלעכער טעטיקייט.

אַ ווייטערדיקער עטאַפּ אין זיין מוזיקאַלישער אַרבעט איז געווען די יידישע אָפּערע ,פאַטימאַ", יצחק קאַצענעלסאָן האָט געשריבן די ליברעטאָ, און ישׂראל גלאַטשטײן --- די מוזיק, מיט יאָרן שפּעטער האָט זי אויסגעפירט אין ניו-יאָרק מאָריס שװאַרץ מיט זיין ,קונסט-טעאַטער?. נאָך שפּעטער האָט עֹר אָנגעשריבן אַנדערע ערנסטע שאַפונגען, פון וועלכע צוויי גרעסערע, ,חורבן" און ,שולמית", זענען אַרױסגעגעבן געװאָרן אין אַמעריקע.

ישׂראל גלאַטשטײן האָט נאָך אַלץ געשטרעבט צו פאַרזוכן דעם טעם פון מערב, און צו זיין מזל איז ער אַרױסגעפאָדערט געװאָרן קיין בערלין, װוּ ער איז מיטן גאַנצן ברען פון זיין תמיד יונגער נשמה אַרין אין געווירבל פון אַ נייער שעפערישער תקופה. ער איז אין בערלין געװאָרן דער אַדרעס פון יידישער מוזיק. געפירט כאָרן, אָרגאַניזירט קאַנצערטן און מיט זיין באַװעגלעכער אַקטיוויטעט האָט ער געצווונגען

24 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוילן

די אַסימילירטע ,יאַהודים? צוצולייגן אַן אוער צו די ניגונים פון די ,,אָסט-יודען?, ער האָט אין בערלין געשאַפן אַן אָאַזיס פון יידישער מקורדיקער מוזיק. און אַזױ האָט דאָס געדויערט ביז זומער 1929, אין איינעם אַ העלן טאָג איז ער, װי אַ פּױלישער בירגער, פאַרטריבן געװאָרן פון היטלער-דייטשלאַנד און איז פאַרבליבן אין װאַרשע, װוּ עס האָט אים פאַרכאַפּט די צווייטע וועלט-מלחמה.

צ

דער גורל פון די װאַרשעװער יידן איז אויך געװאָרן דער גורל פון ישׂראל גלאַט- שטיין : באָמבאַרדירונגען, שׂריפות, הײמלאָזיקייט, הונגער און געטאָ. ער האָט זיך אָבער נישט אונטערגעגעבן דעם הערשנדיקן מצב און זיך געװאָרפן מיט התלהבות אין מוזיקאַלישער אַרבעט, בכדי אַזױ אַרום צו ברענגען טריסט זיינע ברידער. ער איז געװאָרן אַקטיוו אויף עטלעכע אָפּשניטן פון מוזיקאַלישן לעבן,

ווען דאָס ,סקאַלאַיטעאַטער" אויף דזשעלנאַ-גאַס האָט זיך אָרגאַניזירט און אָנגעהױיבן אַ ,סטאַבילע" טעטיקייט, איז ער געװאָרן דער מזיקאַלישער לייטער און דיריגענט פון אָרקעסטער. דער נייער טעאַטער, װאָס האָט געהייסן ?עלדאָראַדאָ? האָט זיך באַמיט איינצוהאַלטן אַ קינסטלערישן ניואָ און צו ווירקן אין גייסט פון די טראַדיציעס פון בעסערן יידישן טעאַטער אין פּוילן. עס האָבן אין אים געאַרבעט די באַקאַנטע אַקטיאָרן מאַקס ברי, שׂמחה פּאַסטעל, אברהם קורץ, רעגינאַ צוקער און אַנדערע. ישׂראל גלאַטשטײן האָט מיט זיין מיטבאַטײליקן זיך אין אַנסאַמבל צוגעגעבן דעם גאַנצן קאָלעקטיוו אױטאָריטעט,

אין דער זעלביקער צייט האָט ער געגרינדעט אַ יידישן רעװעלערסן-כאָר, װאָס האָט מיט זיינע אויפטרעטונגען באַרײיכערט די קולטור-אונטערנעמונגען פון געזעלשאַפטלעכן כאַראַקטער. דער דאָזיקער אויפטו איז אים זײיער געלונגען און האָט געדינט פאַר אַ ביישפּיל אַלע אַנדערע מוזיקער, װאָס האָבן אים דאָס ‏ נאָכגעטאָן, גלייכצייטיק האָט ער פאַרעפנטלעכט אַרטיקלען און אָפּהאַנדלונגען אויף מוזיקאַלישע טעמעס און ער איז געװאָרן אַ מיטאַרבעטער אין דער פּער- יאָדישער אױיסגאַבע המדריך, װאָס איז אַרױסגעגעבן געװאָרן פון די יוגנט- באַװעגונגען פון פּועלי-ציון, ,החלוץ" און ,פרייהייט? -- װעלכע האָבן בשעת דער מלחמה געטראָגן דעם נאָמען ,דרור". די אַנדערע מיטאַרבעטער פון המדריך זענען געווען זיינע פריינד, מיט וועלכע ער פלעגט אָנהאַלטן אַן ענגן קאָנטאַקט אין פאַרשידענע געזעלשאַפטלעכע ענינים. דאָס זענען געווען די באַקאַנטע יצחק קאַצענעלסאָן, יחיאל לערער און מנחם לינדער,

אַ דאַנק זיין געזעלשאַפטלעכער פּאָזיציע איז ער געוען באַלאָדנט מיט אַ סך פליכטן, אָבער אַלץ האָט ער געטאָן מיט מסירת-נפש און מיט ליבע צום מענטש, איז ער געשעצט געװאָרן און זיין װאָרט איז אויפגענומען געװאָרן מיט אינטערעס און כבוד,

ישׂראל גלאַטשטײן 95

צִי

ווען, װוּ און וי אַזױ ער איז אומגעקומען -- איז נישט באַװוּסט. ער פיגורירט אין דער רשימה פון קולטור-טוער אין װאַרשעװער געטאָ, וועגן וועלכע עס האָט געשריבן ד"ר עמנואל רינגלבלום אין זיין היסטאָרישן דאָקומענט-בריוו צו די יידישע אָרגאַניזאַציעס אין דער וועלט,

ביב ליאַ גראפיע

לערער יזכור בוך" : געווידמעט די אומגעקומענע לערער פון די צישאַ-שולן אין פּױלן, אַרוסגעגעבן אין ניו-יאָרק 1954-1952 (זי 101),

יאַנאַס טורקאָוו: קאאַוי איו עם געוען.." -- אַרױסגעגעבן פון צענטראַל- פאַרבאַנד פון פּוילישע יידן, אַרגענטינע, אין 1948 (529 זייטן), (ז"ז: 10, 204, 243), מלך ניישטאַ ט:,חורבן און איפשטאַנד פון די יידן אין װאַרשע", אַרױיסגעגעבן: ועדת הגולה פון הסתדרות העובדים און ייד. נאַצ. אַרב. פאַרבאַנד, תליאביב 1948 (זיז : 400, 401).

פינקם נאָסטינין : רעד. י.מ. בידערמאַן, אַרוױסגעגעבן דורך גאָסטיניגער יזכור-בוך" קאָמיטעט, ניו-יאָרק--תל-אביב 1960,

לעקסיקאַן פון דער נייער יידישער ליטעראַטור (צווייטער באַנד). אַרױסגעגעבן פון אַלוועלטלעכן יידישן קולטור-קאָנגרעס (פאַראײיניקט מיט ,, ציקאָ") -- ני-יאָרק, 1958 (ז"ז : 262, 263).

ד,. אייזנשטאַט אן א. פּראַגער: אַלגעמײנער מויק-לעקטיקאָן, װאַרשע 6 (ן' 168),

1 -:נץס13 ,140510 6007 10 10060 007 26021000 :8660861/661104 (ז' 84)

;די שול און די חזנים"וועלט", װאַרשע, פעברואַר 1927 (ז' 20) ; דעצעמבער 1938 (ז' 23).

אנציקלופדיה של גלויות, כרך ראשון ורשה, עורך יצחק גרינבוים, ירושלים--תל-אביב

| 1953 (ז' 313).

. זלמן זילבערצווייג: לעקסיקאָן פון יידישן טעאַטער, קדושים-באַנד, אַרױסג.

פון יידישן אַקטיאָרן-יניע אין אַמעריקע, מעקסיקע-סיטי, פאַרלאַג ,אלישבע" (ז"ז: 0, 4451),

א. מאַנגער, . טורקאָו, מ. פּערענסאָן: ידישער טעאַטער אין אי" ראָפּע, ניו-יאָרק 1968 (ז' 458).

מרדכי געבירטיג (בערטיג) (4.5.1877=--4.6.1942)

צווישן די מוזיקאַלישע אוצרות פון יעדן פאָלק זענען פאַראַן לידער, װאָס נאָך ביים לעבן פון זיערע קאָמפּאָזיטאָרן זענען זי פאַררעכנט געװאָרן װוי פאָלקס- שאַפונגען. דאָס זענען לידער, װאָס מיט זייער אינהאַלט און מעלאָדיע האָבן זי געטראָפן אין פּינטעלע פון דער נשמה פון יחיד און אין דער זעלביקער צייט אָפּנעשפּיגלט די פילונגען און באַגערן פון אַלע צוזאַמען וי אַ פאָלק. זענען די מחברים און קאָמפּאָזיטאָרן פון די דאָזיקע שאַפונגען געװאָרן פאַרגעסן און זייערע פרוכטן זענען פאַרװאַנדלט געװאָרן אין פאָלקסלידער,

דער פראַנצויזישער פאָלקסזינגער פּיער-זשאַן בעראַנזשע (1780--1857) ווערט שוין לאַנג דורך קיינעם נישט דערמאָנט, אָבער זיינע לידער ווערן נאָך ביז היינט געזונגען ("/מ46186 1604ט 1:6,, ;"216:6-/018060 16,,) ; דער רוסישער אַלעקסאַנדער װאַר- לאַמאָוו (1801--1842) האָט איבערגעלאָזט זיין פאָלק מער װי 200 לידער, װאָס זענען נאָך היינט פּאָפּולער צווישן די מאַסן (װי למשל ,דער רויטער סאַראַפאַן"); אויך וועבערס (1786--1826) פריישיץ-לידער אין דייטשלאַנד און אַלעקסאַנדער אַלאַביעװס (1787--1851) לידער אין רוסלאַנד האָבן נישט אויפגעהערט צו װוערן געזונגען צווישן די ברייטע מאַסן פון זייערע פעלקער,

אויך מיר יידן האָבן געהאַט אונדזערע פאָלקסדיכטער און פאָלקסזינגער, װאָס האָבן אין פאַרשידענע צייטן אויסגעזונגען אַלץ, װאָס איז זיי געלעגן אויפן האַרצן זייער יחוס-קייט ציט זיך פון די מיטלעלטערישע צייטן און װוי איינעם פון די ערשטע איז כדאי צו דערמאָנען דעם מינעזינגער ;זיסקינד -- דער ייד פון טרימבערג" (געלעבט אין 12טן יאָרהונדערט). דאָס איז געװען איינער פון די װאַנדערנדיקע זינגערס, --- ענלעך צו די פּראָװענסאַלישע טרובאַדורן, -- װאָס אַנשטאָט צו דערשיינען אין די פירשטלעכע פּאַלאַצן און זינגען וועגן דער ליבע פון העלדישן ריטער צו זיין אויסגעטרוימטער ;אַדעל-דאַמע", האָט עֹר געזונגען פון דער ליידנדיקער און צניעותדיקער יידישער ;אשת-חיל". מן הסתם איז דאָס געווען די זעלביקע יידישע טאָכטער, װאָס איז מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער געקרוינט געװאָרן מיטן נאָמען ;די יידישע מאַמט".

אַזאַ שפּעטערדיקער פּראָפעסיאַנעלער פאָלקסזינגער איז געװען ר' יהודה לײיב זשעלעכאָװער (געלעבט אין 17טן יאָרהונדערט), אַן אָפּשטאַמיקער פון פּױלן

מרדכי געבירטיג (בערטיג) 97

װאָס האָט געװאַנדערט איבער דייטשלאַנד און האָלאַנד און האָט זיך קונה שם געווען מיט זיינע מוסר-לידער. זייער פּאָפּולער איז אויך געווען דער פריילעך-מאַכער בערל מרגלית, גערופן בערל בראָדער (1817--1880), װאָס איז געווען אַ פעלקער אָרגאַני- זאַטאָר און ער האָט געגעבן דעם אָנהייב פאַר די באַקאַנטע , בראָדער זינגער".

אַן אָנגעזעענעם אָרט אין דער יידישער פאָלקסשאַפונג האָט פאַרנומען בנימין-זאב ערענקראַנץ, באַקאַנט אונטערן נאָמען וועלוועלע זבאַראַזשער (1826---1882), ער איז געווען אַן אויסגעצייכנטער אימפּראָװיזאַטאָר, װאָס האָט אויפן פאַרלאַנג פון פּוב- ליקום אויפן אָרט געשאַפן אַקטועלע טעקסטן צוזאַמען מיט מעלאָדיעס. אין זיינע לידער פלעגט ער באַװיינען דעם טרויעריקן גורל פון די אָרעמע און שיטן פּעך און שוועבל אויף די , שיינע יידן" און ראשי-קהל, וועלכע האָבן זיך אָנגעזעצט אויף עמך --- שער און אייזן,

דער פּאָפּולערסטער פון אונדזערע פאָלקס-טרובאַדורן איז געווען אליקום צונזער (1826---1912), זיינע פילצאָליקע לידער, װאָס האָבן אַרומגענומען אַלע אָפּשניטן פון יידישן לעבן, האָבן געהאַט אַ באַלערנדיקן כאַראַקטער און דערביי איז ער געווען דער ערשטער, װאָס האָט אָנגעשלאָגן אין דער נאַציאָנאַלער נאָטע. די ערשטע חובבי-ציון האָבן זיי געזונגען און פאַרשפּרײט וי נאַציאָנאַלע לידער. אויך די מוזיקאַלישע זייט פון זיינע שאַפונגען איז געווען אָנציִענדיק. די מעלאָדיעס זענען געווען זיסע און האָבן פאַרמאָגט אין זיך עלעמענטן פון חסידישע ניגונים, חזנישע תפילות און סלאַװישע טענץ -- אַלץ מאָטיוון, װאָס זענען געווען נאָענט צום האַרצן פון יעדן מזרח-אײיראָפּעיִשן ייד,

דער נאַציאָנאַלסטער פון אַלע פאָלקס-זינגערס איז געווען דער באַגאַבטער מאַרק װאַרשאַװסקי (1848---1909). וי אַ פיינפילנדיקער ליריקער האָט ער געזונגען וועגן דעם יידישן קינד און וועגן דער יידישער משפּחה, וועגן צער פון יידישן כלל און וועגן דער צוקונפט פון פאָלק, איז מיט אים געשען אַזױ, װוי שלום-עליכם, זיין נאָענטסטער פריינד, האָט אים פאָרױיסגעזאָגט: ,איך בין רעכט איבערצייגט, אַז עס װועט גאָרנישט לאַנג דויערן און װאַרשאַװוסקיס פאָלקסלידער װעלן וערן ביי אונדז באמת פאָלקסלידער". אין 1911 האָט געשריבן יעקב פיכמאַן: ;איך האָב ליב װואַרשאַװסקין, ווייל איך שפּיר, אַז די געפילן אין זיינע לידער זענען שטאַרקער און שענער פון זיינע ווערטער און גראַמען --- דאָס, װאָס איך פיל אין אַלע אמתע פאָלקסלידער".

און אַזױ האָט זיך די שניר געצויגן ביז דעם לעצטן, דער גרעסטן פון די יידישע פאָלקס-טרובאַדורן אין פאַרמלחמהדיקן פּױלן, דעם באַזינגער און באַװיינער, שטראָפער און דערמוטיקער, טרוימער און מונטערער, דעם געטרייען זון פון יידישן פאָלק, דעם גאָטגעבענטשטן מרדכי געבירטיג.

ביז סעפּטעמבער 1939 געבוירן איז ער אין יאָר 1877, אין קראָקע, אין אַן אָרעמער קרעמערישער שטוב; געלערנט אין חדר און צוליב שווערע באַדינגונגען אין פריען עלטער אָנגעהױיבן

98 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּולן

לערנען סטאָלערײי. געהאַט אָבער איינגעבוירענע נייגונגען צו מוזיק און טעאַטער און פון די יינגסטע יאָרן זיך באַטײליקט אַקטיו אין דראַמאַטישע קרייזן. גענומען אָנטײיל אין פאַרשידענע פאָרשטעלונגען און זיך אויסגעצייכנט אין כאַראַקטער- ראָלעס. אויף אַ ספּעציעלן שבח האָט ער זיך פאַרדינט שפּילנדיק די הױפּטראָלע אין דער דראַמע ;געטאָי פון ה. הײיערמאַן, און מיט דעם האָט ער אויף זיך געצויגן די אויפמערקזאַמקײט פון אברהם רייזען, וועלכער האָט אין יאָר 1906 אַנטװיקלט אין קראָקע אַ ליטעראַרישע טעטיקייט,

אונטער דער השפּעה פון רייזענען האָט מרדכי געבירטיג אָנגעהויבן דרוקן טעאַטער- רעצענזיעס, און אַ ביסל שפּעטער -- אויך לידער. גלייכצייטיק האָט ער אַרױס- געוויזן אינטערעס פאַר געזעלשאַפּטלעך-פּאָליטישע פּראָבלעמען און איז געװאָרן אַן אַקטיווער מיטגליד אין דער ,ײידישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער פּאַרטײ? אין גאַליציע. אין די זעלביקע יאָרן האָט ער פאַרעפנטלעכט לידער אין דער פּאַרטײ- צייטונג /,סאָציאַלידעמאָקראַט* און פלעגט אַרױסטרעטן אויף ליטעראַריש-אַרטיס- טישע אָװונטן מיט פאָרלייענען לידער.

בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט ער פינף יאָר געדינט אין דער עסטריי- כישער אַרמײ. אין די פרייע מינוטן האָט ער שוין דעמאָלט געשריבן לידער, װאָס האָבן זיך אָנגענומען און אָנגעהויבן צו װערן געזונגען אין גאַליציע, און עטלעכע פון די דעמאָלטיקע לידער זענען באַלד באַקאַנט געװאָרן אין גאַנץ פּױלן. דער ,קליינער יתום" און ;אַ מלאך וערט געבוירן" זענען אַפילו געשווינד אַריבער ימים און זענען פאַרשפּרײט געװאָרן איבער אַלע יידישע ישובים אין דער וועלט. עס זענען שנעל צוגעקומען נייע לידער װי ;הערשעלע", ?אונטער גייט די ווצלט", עוויגליד" א"א, און אין יאָר 1920 איז אין קראָקע אַרױסגעגעבן געװאָרן דאָס ערשטע ביכל פון אים געשריבענע לידער אונטערן נאָמען פאָלקסטימלעך,

די לידער האָבן זיך צעטראָגן איבער דער גאַנצער יידישער װעלט און זענען אַריינגעדרונגען אין די הערצער. האָט טאַקע בועז יונגװויץ:יאָנג אַרינגענומען געבירטיגס לידער אין דער אָפּערעטע פון משה שאָר ,די רומענישע חתונה" און זיי זענען געװאָרן די יאָדער פון דער פאָרשטעלונג. ,הוליעט, הוליעט קינ- דערלעך" און ,קינדעריאָרן" זענען געװאָרן יידישע װועלט-שלאַגערס. מאַלי פּיקאָן, חיהלע גראָבער און יאָסעלע קאָלאָדני האָבן זיי פאַרשפּרײט, און דער נאָמען פון מרדכי געבירטיג האָט געשפּרײזט מיט גרויסע טריט איבער די שפּאַלטן פון אַלע יידישע צייטונגען. האָבן רעזשיסאָרן דערזען אין די לידער פון געבירטיגן אַן אינטערעסאַנטן סצענע-מאַטעריאַל און ס'האָט זיך אָנגעהויבן אַ סעריע פון אינסצעניזירן און סטיליזירן זיינע לידער. אַזעלכע טעקסטן װי קאברהמל מאַ- רעוויכער", ,מאָטעלע", ,משהלע", קדאָס אַלטע פּאָרפאָלק" און אַנדערע האָבן זיך ממש געבעטן, מען זאָל זיי צעלייגן אויף טעלערלעך און אינטערפּרעטירן. האָכבן דאָס געטאָן די קליינקונסט-טעאַטערס אין אַלע שטעט און שטעטלעך אין פּױלן. אַפילו אַזעלכע פיינשמעקערישע קלינקונסט'אַנסאַמבלען, װי אַזאַזצל", ;אַררט", ,סמבטיון", ,מאַידים? און ענלעכע האָבן זיך אָנגעכאַפּט אין געבירטיגן,

מרדכי געבירטיג (בערטיג) - 99

וי אין אַ גוטער מציאה. געווען אויך טעאַטער-גרופּעס, װאָס פלעגן אײנאָרדענען גאַנצע ,געבירטיג-אָװונטן". אין קראָקע זענען אָפט אַזעלכע פאָרגעקומען.

די ערשטע גרויסע סאַטיספאַקציע אין זיין לעבן האָט מרדכי געבירטיג געהאַט אין יאָר 1926, ווען אַ ספּעציעל געשאַפענער געזעלשאַפטלעכער קאָמיטעט האָט צו זיין דרייסיקיעריקער ליטעראַריש-מוזיקאַלישער טעטיקייט אַרױסגעגעבן זיין צווייטן בוך לידער, אונטערן נאָמען מיינע לידער. דאָס בוך האָט אַנטהאַלטן אַריבער 50 לידער מיט נאָטן און איז דערשינען אין טויזנט עקזעמפּלאַרן אין אַ שיינעם פאָרמאַט, אין ווילנע. די גרעסטע שׂמחה פאַר געבירטיגן איז געווען די הקדמה, װאָס עס האָט געשריבן מנחם קיפּניס. און אָט װאָס קיפּניס האָט צווישן אַנדערן געזאָגט :

...,מרדכי געבירטיג איז דער הונדערט-פּראָצענטיקער געבענטשטער פאָלקס- דיכטער און פאָלקסזינגער, װאָס זינגט, שאַפּט און וויינט אויס זיין ליד אין שטוב, און דאָס ליד זיינס פּראַלט אויף טיר און פענצטער און פילט אָן די גאַס מיט שירה, באַזינגט דאָס יידישע איגנאַרטיקע לעבן. די יידישע ליבע, דאָס יידישע פאַמיליץ- לעבן, מאַמע און קינד, יידישע נויט און אָרעמקײט, מאָלט עס מיט אַזעלכע װאַרעמע, עכטע נישט-געפעלשטע פאָלקספאַרבן, װאָס נאָר אַזאַ פיינע, ערלעך-פילנדיקע פאָלקס-נשמה וי מרדכי געבירטיג קאָן די דאָזיקע פאַרבן און טענער שאַפן, ..איצט, ווען דער פּוסטער ריטעם און דער געבראָכענער פרעמדער נעגער-טאָן פון פאָקס און טאַנגאָ האָבן באַהערשט די גאַס, זענען די אַלע פאַרשטיקטע זינגערישע און פאָלקסדיכטערישע נשמות פאַרקערפּערט געװאָרן אין מרדכי געבירטיג, -- דער איינציקער פאָלקסטימלעכער קאָמפּאָניסט אויף דער יידישער גאַס אין פּוילן. ...דער סימן פון אמתער יידישער פאָלקסדיכטונג איז: דער קלעם ביים האַרצן. געבירטיגס אַ ליד קלעמט דאָס האַרץ, װאַרעמט און פילט אָן די יידישע נשמה מיט זיסער מעלאַנכאָליע און פריידיקן ציטער. נישט פון רייכן סאַלאָן זינגט מרדכי געבירטיג, נאָר פון די פיר הוילע װענט פון דער יידישער שטוב און פון יידישן בעל-מלאכה, פיר הוילע ווענט פון חדר, פיר הוילע װענט פון שטוב, און אַפילו דאָס איינשלעפערן פון דער מאַמען מיט אַ לידעלע דאָס קינד קומט אויך פאָר ביי נאַקעטע, אָרעמע פיר ווענט.

.און נאָך אַ סימן פון עכטער נישט-געפעלשטער פאָלקסדיכטונג און פאָלקסגעזאַנג ; װאָס מער מען הערט עס, אַלץ מער באַגײיסטערט עס, װאַרעמט און ווירקט. דאָס איז דער כוח און סוד פון מרדכי געבירטיגס דיכטונג און געזאַנג, װאָס איז שוין געװאָרן די דיכטונג און געזאַנג פון גאַנצן פאָלק",

די לידער-זאַמלונג, װאָס איז אייגנטלעך געווען דער בילאַנס פון דעם, װאָס איז שוין לאַנג געווען פאַרשפּרײט און באַקאַנט ברבים --- האָט אַרױיסגערופן די פּאָזיטיווסטע אָפּקלאַנגען אין די ליטעראַריש-מוזיקאַלישע קרייזן פון יידישן פּולן און אין אַלע צייטונגען און זשורנאַלן האָבן זיך באַװויזן אָפּשאַצונגען. אין אַן אַרטיקל, פאַר- עפנטלעכט אין ליטעראָרישע בלעטער אין װאַרשע, נומער 21 פון יאָר 1926, האָט געשריבן מ. בלעכער :

100 י, פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױילן

..גצו די דערמאָנטע פאַרשידענע פּאָעטישע מאָטיוון און סיוזשעטן האָט געבירטיג פאַרטראַכט אייגענע, ס'רוב דורכויס אָריגינעלע, אייגנאַרטיקע ניגונים, װאָס גיסן זיך צונויף אין זייער אַ שלימותדיקער איינס מיטן טעקסט, טייטשן אים אויס, באַלעבן און דערהויבן אים. די-אָ דערהויבונג און פאַרפולקאָמונג פון פּאָעטישן טעקסט דורכן ניגון איז איינע פון געבירטיגס גרויסע קאָמפּאָזיטאָרישע מעלות, װאָס קומען ערשט צום בולטסטן אויסדרוק אין יענע לידער, װאָס זענען ליטעראַריש שװאַכער".

מרדכי געבירטיג איז געװאָרן די האַרפע פון פּוילישן ייד. יעדעס וינטעלע האָט אַ בלאָז געטאָן די סטרונעס, וועלכע האָבן אױיסגעשפּילט זיינע טרוימען און באַגערן. ער האָט אויסגעזונגען יעדן ווייטיק פון זיינע מיטברידער. דאָס האַרץ- קלאַפּעניש און דער נשמה-פיבער פון יידישן כלל האָבן געפונען אַן אויסגוס פון געפילן אין די װוערטער און טענער פון געבירטיגס לידער. עס זענען אַנטשטאַנען שאַפונגען, װאָס זענען געווען ענג געבונדן מיטן אָטעם פון יידישן לעבן אין פּולן, שווערער קאַמף פאַר עקויסטענץ, אויסזיכטלאָזע באַדינגונגען פאַר אַרבעט און בכבודיק לעבן, פּחד און ציטער פאַר מאָרגנדיקן טאָג --- דאָס זענען געװאָרן די נייע טעמעס פון זיינע לידער.

און אָט איז אָנגעקומען דאָס יאָר 1938. אַ שװאַרצע אַנטיסעמיטישע כװאַליע האָט באַדעקט גאַנץ פּולן. דאָ און דאָרט האָבן זיך געהויבן פויסטן איבער יידישע קעפּ -- ביז עס איז אױסגעבראָכן דער פּאָגראָם אין שטעטל פּשיטיק. יידן צעטומלטע און צערודערטע, זענען געשטאַנען מיט פאַרלייגטע הענט און געקלערט עצות װאָס צו טאָן. און אין דעם דאָזיקן שװוערן מאָמענט, האָט דער שטענדיק לירישער געבירטיג אויסגעשריגן זיין שטאַרקן דראַמאַטישן אויסגעשריי : ;ס'ברענט, אונדזער שטעטל ברענט זי

היתכן ? צי איז דען דאָס מעגלעך, אַז ווען ,בייזע ווינטן מיט ירגזון רייסן, ברעכן און צעבלאָזן שטאַרקער נאָך די ווילדע פלאַמען", זאָלן מיר שטיין פון דער ווייטנס, און זיך צוקוקנדיק, נישט נעמען דעם אייגענעם גורל אין די הענט? צי איז דען דאָס מעגלעך, אַז מיר זאָלן שטיין פון דער ווייטנס און זען, װי ,אונדזער שטעטל מיט אונדז צוזאַמען זאָל אַװעק אויף אַש און פלאַמען? און מיר זאָלן זיך נישט װאַרפן מיט אונדזער אייגן בלוט, בכדי צו לעשן דאָס פייער ? ;שטייט נישט ברידער, אָט אַזױ זיך, מיט פאַרלייגטע הענט!" -- דאָס איז געווען דער רוף פון מרדכי געבירטיג,

דאָס ליד איז געווען אַן אָנזאָג פון דער אָנקומענדיקער קאַטאַסטראָפע, און צוזאַמען מיט דעם אויך אַ װאָרענונג און פאָדערונג צו שטיין אויף דער װאַך. די ווערטער פון געבירטיגן האָבן הויך אָפּגעהילכט צווישן דער יוגנט און זענען געװאָרן אַ לאָזונג פאַר די אַלע, וועלכע האָבן געזוכט דעם וועג צו װידערשטאַנד. אין די שפּעטערדיקע יאָרן, ווען די נאַצישטיוול האָבן געטרעטן איבער די פּוילישע שטעט און שטעטלעך און די יידן זענען פאַרמאַכט געװאָרן אין ענגע געטאָס, איז ;אונדזער שטעטל ברענט" געװאָרן אַ סיגנאַל צו קאַמף און פאַר די קעמפער פון אַלע װידערשטאַנדס-

מרדכי געבירטיג (בערטיג) 101

באַװועגונגען אין די לאַגערס און אין די וועלדער איז עס געװאָרן אַ הימען און אַזױ איז דער געועזענער טרוימער און ראָמאַנטיקער, אויסזינגער פון בין- השמשותדיקע שטימונגען און שטענדיקער טרייסטער, פאַרואַנדלט געװאָרן אין אַ רופער צו רעװאָלט און נקמה. דער פאָלקסדיכטער מרדכי געבירטיג האָט אויפגעשטורעמט דאָס יידישע פּולן,

טשמאַטיק אין געבירטיגס לידער

וילסטו דערקענען דעם אַרט לעבן פון פּוילישן ייד --- גיי צו די לידער פון מרדכי געבירטיג. נישט געווען קיין איין ווינקעלע אין לעבן פון יידישן יחיד, אין וועלכן ער זאָל נישט האָבן גענוי אַריינגעקוקט און עס שפּעטער געמאָלט אין זיינע שאַ- פונגען. די טאָגטעגלעכע זאָרגן פון יידישן מאַסן-מענטש, זיין גרויער שוערער קאַמף פאַר קיום און פּרנסה:; די פּשוטע טאָג-איין טאָג-אויסדיקע מאָמענטן פון פרייד און טרויער בשעת דער אַרבעט, אָפּרו און פרייער צייט: די שטענדיקע שטרעבונגען פון טאַטע-מאַמע צו געבן זייערע קינדער מער, וי זיי האָבן געהאַט ; דער אומאויפהערלעכער צער פון גידול בנים און די האָפענונגען צו דערלעבן נחת פון די קינדער; די דאגות פון עלטערן צו לאָזן לערנען זייערע קינדער און דער ציטער אין די הערצער זיי זאָלן נישט אַראָפּ פון דרך-:הישר -- דאָס אַלץ זענען געווען די טעמעס פון מרדכי געבירטיגס לידער.

האָט ער באַזונגען דאָס יידישע לעבן פון זיין אָנהייב ביזן סוף. אָפט אַפִילו נאָך פון פריִער. האָט זיך געטראָפן, אַז נאָך איידער דאָס קינד איז געבוירן געװאָרן האָבן זיך טאַטע-מאַמע געדונגען איבער זיין נאָמען. אַזאַ שטרייט האָט געבירטיג געלייזט אויף זיין גוטמוטיקן שטייגער:

;וואָסזשע טאַקע איצט זיך קריגן און אומזיסט צודעדן?

אפשר װעט גאָר זיין אַ צווילינג -- סיקען גאָר זיין צוױיי מיידן".

און וי אַזױ האָט מרדכי געבירטיג איינגעשלעפט יידישע קינדער? קודם כל האָט ער זיי געלערנט נישט וויינען פון הונגער. עס פּאַסט נישט פאַר אַ יידיש עופהלע נישט צו קענען באַהערשן זיינע אינסטינקטן :

,;שלאָף שוין, מיין אָרעם קליין מיידעלע,

װײל דער שלאָף לינדערט די נױיט, הונגעריק איז אויך דיין ליאַלקע

און ויינט נישט און מאָנט נישט קײײן ברויט".,,

לייכטער איז אים דאָס אָנגעקומען, ווען דער טאַטע איז געהאַט אַװעק אין דער ווייטער וועלט זוכן כרויט און די מאַמע איז געבליבן הילפּלאָז צוזאַמען מיט איר

102 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּוילן

שוועלבעלע. אין אַזאַ פאַל האָט ער פאַר איר באַלד געפונען איבערצייגנדיקע אַרגומענטן, און אָט װאָס ער האָט אַרײנגעלײגט אין איר מויל;

;שלאָף, מיין נחמהלע, מיין טייער קיוועלע, שאַ, שטיל, אוי, װאָס איז היינט מיט דיר? ס'איז פונעם טאַטעניו געקומען אַ בריוועלע -- ער נעמט אונדז אַריבער, שרייבט ער מיר"

אויפגעלעבט האָט ער, מרדכי געבירטיג, ווען ער האָט געלאָזט שפּילן זיך זיינע קיוועלעך, מאָטעלעך און נחומלעך. זיי זענען ביי אים אָפט געװאָרן שטיפעריש און נישט איין מאָל דעם רבין אין חדר דערגאַנגען די יאָרן. אָבער ווען אַזאַ לאָבוזל האָט איבערגעצויגן די מאָס, האָט אים מרדכי געבירטיג באַלד געכאַפּט ביי דער האַנט און פון אים פאַרלאַנגט חשבון. האָט זיך אַזאַ משהלע גענומען פאַרענטפערן פאַרן טאַטן און מיט אַ וויינענדיקן קול אויסגעשטאַמלט;

,טאַטעניו, כ'האָב נישט געוואָלט מיט אים זיך ששפילן, נו, האָט ער געגעבן מיר זיין זיידנס ברילן,

אים דערפאַר האָב איך געשענקט

ס'פידעלע, װאָס דו האָסט געברענגט,

כ'זאָל דירויף עזפילן,"

שטרענג און שטראָפּעריש איז מרדכי געבירטיג געװאָרן ווען עס איז געגאַנגען אין לערנען תורה. אַ ייד מוז לערנען תורה. און טאָמער האָט ער געפּאַקט אַ תכשיטל, װאָס האָט דעם דאָזיקן עול אויף זיך נישט געװאָלט נעמען, האָט ער אויפן אָרט פון שמייכל אַרויפגעצױגן אויף זיין פּנים אַן ערנסטע מינע און מיט פאָטערלעכער זאָרג אים אָנגעהויבן מוסרן :

;אַ ייד מוז לערנען תורה מיט גרויס פרייך, נישט האָבן נאַרישקײטן אין זינען --

אַז ווויל דעם מענטש, װאָס איז צו גאָט און לייט װאָס קען גוט לערנען און געלט פאַרדינען"

און ווער האָט אַזױ אויסגעװייטיקט די הונגער-ליידן פון יידישן מענטשן, וי מרדכי געבירטיג? הונגערן האָט מען געמוזט קענען. נישט בלויז דער טאַטע און די מאַמע, נאָר אויך דאָס קינדעלע אין וויג און דאָס קעצעלע אין שטוב. איז טאַקע דער בעסטער מיטל אויף צו מאַכן לאַכן געווען אַ ;זעמעלע מיט פּוטער". האָט ער געשילדערט, וי יידישע קינדער לעכצן נאָך ,,/באָבעלעך מיט קליסקעלעך" און דערווייל איז זיי גערונען די סלינע ,פון זייערע פּיסקעלעך". זיי האָבן זיך געמוזט באַגנוגענען מיט אַ קנאָבל-זופּ:

מרדכי געבירטיג (בערטיג) | 102

װואָס האָבן מיר צו מיטאָג היינט ? -- פרעגט יאָסעלע דער מאַמען מיר ווילט זיך עס מאָמעניה קאַרטאָפּל-זופ מיט עװואַמען!

-- געהערט אַ חוצפה, סװוילט זיך אים קאַרטאָפל-זופ מיט עװואַמען!

כיהאָב היינט געקאָכט אַ קנאָבל-זופ, װעסט אָסור זיך נישט סַמען!*

מרדכי געבירטיג האָט געלעבט אין אַ צייט ווען די מחיצה צװוישן יינגל און מיידל האָט שוין נישט עקזיסטירט. די ליבע האָט זיך שוין פון לאַנג געהאַט אַריינגעריסן אין די יידישע שטעטלעך אין פּולן. אָבער דאָרט, װווּ זי האָט געפעלט, האָבן יידישע טעכטער זיך באַגנוגנט מיט ליבעלידער, װאָס האָבן אויסגעדריקט זייערע בענק- שאַפטן און ברויזנדיקע געפילן. האָט פאַר זיי געבירטיג אויסגעזונגען אַ ראָמאַנטיש מעשהלע וועגן אַ פּאַסטעך און אַ מיידעלע:

,העי, ציגעלעך, קומט אַהער צו מיר געעװוינד,

אַ שיין לידעלע על איך אויפזינגען אייך אַצינד. פון אַ פּאַסטעכל הייבט דאָס לידעלע זיך אָן

און אַ מיידעלע, װאָס האָט כּישוף אים געטאָף.

אין אַן אַנדער ליד דערציילט ער אונדז וועגן אַ יידישער טאָכטער, װאָס זיצט פאַרצערט און פאַרזאָרגט בענקענדיק נאָך איר אויסדערװיילטן. צוליב נויט האָט ער זיך מיט איר צייטװייליק צעשיידט, װאַרט זי אויף אים מיט טיפער טרײישאַפט און זינגט מיט האָפענונג און גלויבן :

;זיצט אַ פייגעלע אױף אַ ביימעלע,

אַ האַרבסטװוינטל בלאָזט אין פעלך -- ווייט אַװועק איז מיר מיין חתן שלמהלע זוכן אַרבעט אין דער וועלט".

זיינע ליבעלידער האָט מרדכי געבירטיג געזונגען פּונקט אַזױ װוי די יידישע טעכטער האָבן זיי געזונגען: מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן, מיט שעמעודיקייט און לירישער וייכקייט. איז דער ליבע-דיאַלאָג צװישן ,רייזעלע און דודל" מלא צניעות. דאָס איז געווען דאָס יידישע ראָמעאָ-יוליאַ-פּאָרל מיט דעם אונטערשייד, װאָס אַנשטאָט די סערענאַדע-קלאַנגען פון ראָמעאָס גיטאַרע הערן מיר דאָ דודלס פייף אונטערן פענצטער פון זיין אויסדערװיילטער, אַנשטאָט יוליאַס גראַציעזער פיגור זעען מיר דאָ די חנעוודיקע רייזעלע, און אויפן אָרט פון אַ רייכן איטאַליענישן פּאַלאַצעט -- דאָס אָרעמע יידישע בוידעם-שטיבעלע. אונדזער פּאָרל פאַרמאָגט

104 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּױלן

אָבצר נישט קנאַפּער ראָמאַנטישן צויבער וי יעֶנִץ װעלטבאַרימטע פּאָרל פון שעקספּירן. האַרץ-אינטימיטעט איז נאָך דאָ פאַראַן מער :

,עפנט זיך אַ פענצטערל,

וואַכט אויף ס'אַלטע הייזעלע,

און באַלד קלינגט אין שטילן געסל אַזיס קול, ס'ירעדט רייזעלע;

-- נאָך אַ וויילע װואַרט, מיין ליבער, באַלד וועל איך זיין פריי;

גי זיך נאָך אַ פּאָר מאָל איבער -- איינס, צוויי, דריי",

און ווען דער ייד איז עלטער געװאָרן האָבן נישט געפעלט קיין טעגלעכע צרות. קודם-כל פון קינדער: די שטענדיקע איבערגעשראַקנקייט איבער זייער געזונט, אַרבעט און פּרנסה, די זאָרג פאַר זייער לעבן און גורל,

;פון יאָסעלען איז לאנג שוין קיין בריוול געווען, און שיינדל -- גאָט וייסט װאָס מיט איר איז געעזען. פון אַלע פיר קינדער געבליבן מיר צורי,

געהאַט אַ מאָל נחת פון זי"

האָט מרדכי געבירטיג אָפּט מיט כוח געמוזט אַװעקיאָגן די מרה-שחורה פון זיך, געדאַרפט גיין ווייטער און קעמפן פאַר קיום. איז ער אין אַזעלכע פאַלן אַנטלאָפן פון דער ווירקלעכקייט און אָנגעהויבן טרוימען:

;טרויעריק איז מיר אויפן האַרצן, כיפיל דאָרט עפעס נאָגט און קוועלט; סיבענקט נאָך עפעם מיין נעזמזה

און איך ווייס נישט װאָס מיר פעלט."

די יונגע יאָרן זענען דורכגעלאָפן, די האָפענונגען זיך אויסגעלאָזט און געקומען זענען יאָרן /טרויעריקע און מרה-שחורהדיקע". דעם דיכטער איז געװאָרן , באַנג און לייד" און ער האָט געטראַכט וועגן דער פאַרגאַנגענער צייט. האָט ער מיט צאַרטער רויקייט אויסגעזונגען זיינע אָפטע בענקשאַפט-שטימונגען:

,נאָך שטייט מיר דאָס שטיבל פאַר די אױגן, ווו איך בין געבוירן, אויפגעצויגן,

איך מיין וויגל, זע איך דאָרט,

שטייט נאָך אױף דעס זעלבן אָרט --

װי אַ חלום איז דאָס אַלץ פאַרפלויגן".

מרדכי געבירטיג (בערטיג) 105

אין אַזעלכע מאָמענטן איז ער געװאָרן שטיל און אידיליש. ער איז אַװעק אין פעלד, געזען וי אווייסינקע טויבן" שטעלן זיך אַרום אים און ברומענדיק װאָרקן זיי צו אים. אַן אַנדערש מאָל האָט ער זיך צוגעקוקט, װי קינדער שפּילן זיך, און אַרײן- פלעכטנדיק זיך אין ראָד, האָט ער אויסגערופן:

;קוקט נישט אױיף מיין גראָען קאַף, צי שטערט דאָס אייך אין עשפיל? מיין נשמה איז נאָך יונג,

װי צוריק מיט יאָרן פיל"

מרדכי געבירטיג האָט קיין מאָל נישט געצאָרנט. כעסן זיך איז אים געווען פרעמד, אַפּילו ווען ער איז געווען אומעטיק און אָבלדיק האָט ער אויפן פּנים אַרופגעצױגן אַ לייכטן שמייכל און געזוכט אַ שטראַל פון זון. איז ער אַרױס אויף דער גרינער לאָנקע, זיך אַװעקגעזעצט ביים טייכעלע ,איינזאַם און פאַרטראַכט? און באַלד איז פאַר אים אױיסגעװאַקסן אַ מיידעלע, ,װאָס האָט אויף אים געקוקט און געלאַכט". ער האָט מיט איר פאַרפירט אַ שמועס, און איבערגייענדיק צו לינדע טענער, האָט ער אַלץ אָנגעהויבן זען אין ראַזעװע פאַרבן.

אָט האָט ער באַמערקט זיצן אַ פייגעלע אויף אַ ביימעלע (טרילי-טרי לילי), אַ ביסל ווייטער, אויף אַ צוייגעלע, האָט ער געזען שפּרינגען אַ גאָלדן זומערפייגעלע (אברהמעלע און יאָסעלע), אַרום אים האָבן זיך געדרייט ציגעלעך מיט זייער פּאַסטעך סטאַך (בלומקע די זשידאָווקע) און ער האָט אויך צוגעלייגט אַן אוער צו הערן די אינטימע ליבע-דיאַלאָגן פון אַ יונגן חתן-כלה-פּאָרל (חנהלע און נחומל). ער האָט אויך נישט פאַרגעסן נתפעל צו ווערן פון צפּורקע די חלוצה און געװאָלט זי זאָל אים פאַרטרויען דעם סוד פון איר כוח און מוט צו פאַרלאָזן דאָס ,היימיש ליב שטעטל", בכדי צו ,שטיין אויף דער װאַך אין דער קבוצה ביי נאַכט? און פאַרטיידיקן דאָס אייגענע לאַנד (חלוצים-ליבע),

אמתע מלא-שׂמחהדיקייט און יונגפלאַטערדיקײט האָט מרדכי געבירטיג איבער. געלעבט בשעת משפּחה-שׂמחות. האָט ער זיך געפרייט און געקװאָלן ווען ער האָט די ערשטע טאָכטער אויסגעגעבן. איז ער געשטאַנען מיט אָפענע אָרעמס, געלאַכט מיט אַ פולן מויל און מיט שטראַלנדיקער ליכטיקייט אויסגעזונגען דאָס גליק, װאָס האָט אים געטראָפן. דאָס איז דאָך דאָס גליק פון אַלע יידישע טאַטעס, װאָס האָבן חתונה געמאַכט זייערע קינדער :

;שפילט קלעזמאָרים, שפילט מיט לעבן -- ס'ערשטע טעכטערל אויסגעגעבן,

אוי, אונדזער שמחה ווייסט נאָר איין גאָט און דער, װואָס טעכטער האָט.?*

און פּונקט װי בשעת יעדן טרויער, האָט זיך אין מרדכי געבירטיגס ליד אַריינגע- וועבט אַ פאָדעם פון פרייד, אַזױ האָט ער אין יעדער שׂמחה אַריינגעפלאָכטן אַ נאָטע

106 י. פאַטער / יידישע מוזיק אין פּולן

פון אומעט. דאָס איז געווען דער אויסדרוק פון שטענדיקן וייטיק, װאָס דער ייד האָט געטראָגן אין האַרצן, אַ ווייטיק, פון וועלכן עס איז אוממעגלעך געווען זיך צו באַפרײען. האָט ער בשעתן טאַנצן אויף זיין קינדס חתונה מיט טרערן אין די אויגן אויסגעוויינט ;

,ווען ביים לעצטן כ'וועל שפילן הערן,

וװועל איך עפּעס טרױיעריק שטיין און קלערן -- ס'לעצטע טעכטערל שין אױך אַװעק,

װאָס נאָך איז דאָ דער צוועק?*

אַזױ האָט זיך מרדכי געבירטיג אַראָפּגערעדט פון האַרצן אין אַלע זיינע שאַפונגען. און ווייל די טעמעס און מאָטיוון פון זיינע לידער האָבן געהאַט זייערע װאָרצלען אין דעם זעלביקן לעבנס-קװאַל, װאָס פון אים האָבן געשעפּט אַלע זיינע מיטברידער, זענען זיי געװאָרן נאָענט און אייגן יעדן ייד אין פּולן. דאָס זענען געווען טיף" מענטשלעכע און טיפּיש-יידישע שאַפונגען פון אַ דיכטער, װאָס זייער אינהאַלט איז געווען אַן אָפּשפּיגלונג פון די אינדיווידועלע נשמה-געראַנגלענישן פון יעדן יידישן יחיד אין פּוילן. זייער אינהאַלט איז אויסגעמישט געװאָרן מיטן אינהאַלט פון כלל און איז געװאָרן די דערקענטעניש פון גאַנצן יידישן קאָלעקטיו. האָט זיך דעריבער יעדער ייד געקענט מיט זיי אַראָפּרעדן און אַראָפּזינגען פון האַרצן. דאָס געזאַנג פון מרדכי געבירטיג איז דאָס געזאַנג פון פּוױלישן ייד,

גרויס איז געווען די פּאָפּולאַריטעט פון מרדכי געבירטיג אין פאַרמלחמהדיקן פּױלן. ער איז געװען באַליבט צװישן אַלע שיכטן פון דער יידישער באַפעלקערונג, אָנהײבנדיק פון אינטעליגענט, װאָס האָט אין אים געפונען אַ פולבלוטיקן יידישן דיכטער און ענדיקנדיק ביים עמך-מענטש, װאָס האָט אין אים געזען דעם אמתן פאָלקסזינגער --- זיינס-גלייכן --- דעם, װאָס האָט אויסגעזונגען דאָס אַלץ, װאָס האָט אים גענאָגט, וויי געטאָן און געפרייט יעדן טאָג.

אין דער צייט פון דער מלחמה

סעפּטעמבער 1929, די נאַצישע בעסטיע האָט זיך צעלייגט איבער די פּוילישע שטעט. אומרו און אימה, אומרעכט און